Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 4·Letter 970אגרות קודש·כרך ד·תתקע

אתתקע
בב"ה, יו"ד ניסן, ה'תשי"א ברוקלין
גהוו"ח אי"א נו"מ מו"מ באמונה וכו' מהו"ר
דיעקב שי' הכהן
השלום וברכה!
ומסתם וועט איר דא זיין אויף פסח אי"ה, ווען איך וועל האבן דעם פארגעניגערן מיט אייך דורכצושמועסן זיך בארוכה פערזענליך. איך האף, אז אייער פאמיליע שיחיו וועלן זיך גוט איינארדנען אויף פסח, און איך ווינש זיי א כשרן און פרייליכן יום-טוב.
זעס וואונדערט מיר וואס די געלט פון מר זאקס שי' איז נאך ניט אנגעקומען. זיכער וועט איר אים מזרז זיין.
חווי איך האב אייך איבערגעגעבן טעלעפאניש, איז מיט עטליכע טעג צוריק געקומען פון יוראפ אונזער פארשטייער הרה"ג והרה"ח וו"ח אי"א וכו' וכו' מוהר"ר בנימין שי' גאראדעצקי. ער האט געבראכט אן אויספירליכן באריכט וועגן אונזער ארבעט אין יוראפ און בפרט אין צפון אפריקע, אז די ארבעט גייט אן-עין-הרע מיט אויסער געוויינליכער הצלחה, דאגעגן איז אבער צום באדויערן וואס דער פינאנציעלער מצב איז זייער געדריקט, בפרט אז דער דזשאינט האט פארקלענערט זיין סובסידיע פאר אונזער ארבעט.
טדערפאר וויל איך ספעציעל וויסן, וואס עס איז געווארן מיט דער הלואה בא ידידנו מר יוסף שי' ראבינסאן, וואס זי איז פארבונדן מיט זיין השתתפות אין די הוצאות פון אונזער ארבעט אין אפריקע.
יאיך האף, אז ווען איר וועט אי"ה קומען וועט איר בריינגען בשורות טובות בהנוגע לפועל ממש.
יאבברכת חג כשר ושמח לו ולכב"ב שי'.
יבתתקע
מוה"ר יעקב שי': כץ. אגרות נוספות אליו - לעיל תתכב, ובהנסמן בהערות שם. 1) רש"י ד"ה באבותינו יבמות מו, א. 2) ראה פי' ר' נתנאל בתוספות ישנים שם מו, ב. 3) תניא פל"א. 4) ידועה הראי' ע"ז ממשנה ספ"ג דגטין: בודקים את היין.. ובהוצאת סמדר כו'. 5) ראה המשך וכהה תרל"ז פ"ס. 6) בארוכה ענינם ראה שער האמונה לאדמו"ר האמצעי.