Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 5·Letter 1258אגרות קודש·כרך ה·א'רנח

אא'רנח
בב"ה, כ"ג מ"ח, ה'תשי"ב
גברוקלין.
דשלום וברכה!
הדורך הרה"ח הוו"ח אי"א נו"מ עוסק בצ"צ באמונה וכו' מוה"ר מנחם זאב הלוי' שי' גרינגלאס, האב איך זיך דערוואוסט וועגען דער בר מצוה פון אייער זון מו"ה... שי', און שיק אים מיין ברכה - אין דעם בייגעלייגטען בריף.
והרה"ח וכו' מוהרמ"ז שי' הנ"ל, שרייבט מיר אז איר האט עגמת נפש, וואס אייער זון האט ניט קיין חוש - געפיל - צום לערנען.
זמיין מיינונג איז, אז איר האט געדארפט נעמען אויף זיך צו אויסהאלטען צווי ישיבה בחורים, און מרבה זיין אין צדקה בכלל, זעלבסט פארשטענדליך אז דאס איז אלס צוגאב אין די אלע הדרכה ענינים פון אייער זון שי' אין שקידה והתמדה בלימוד, און האפען צו השם יתברך אז ער וועט אים אריינגעבען א חוש אין לערנען און התמדה און לעבעדיגקייט.
חאיך ווינטש אייך אידישען חסידישן נחת פון אייער זון שי'.