Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 5· Letter 1293אגרות קודש· כרך ה· א'רצג
אא'רצג
בב"ה, י"ט כסלו, תשי"ב
גברוקלין.
דברכה ושלום!
האיך האב ערהאלטען אייער בריף, און בין צופרידען צו הערען אז די ווייטאגען בא אייך זיינען כמעט ווי פאראיבער, און איך האף אז איר וועט פילען נאך בעסער.
ווועגען דעם וואס איר שרייבט אז אייער טאכטער תחי' איז פארביטערט פון דעם וואס אירע קינדער פירן זיך ניט אויף אידישלעך"
זגיט איר איבער, אז מיט פארביטערונג אליין העלפט מען ניט, נאר מען דארף זי בעאיינפלוסען, און נאר דורך גוטע וועגען און גוטע רייד, און בקשות, און מען דארף ניט מיד ווערען צו ריידען אין דעם, איין מאל צוויי מאל דריי מאל ביז אז סוף כ[ל] סוף ווירקט מען, פריער א ביסעל און שפעטער מער און מער.
חאיר שרייבט אויך אז אייער טאכטערס זון שי' גייט חתונה האבן - מוז און דארף מען ריידען מיט זיין כלה, אז זי זאל זיך אויפפירן ווי א אידישע טאכטער דארף זיך אויפפירן און ספעציעל וועגען טהרת המשפחה, כשרות און היטן שבת, און געבען איר צו פארשטיין אז אין איר פירונג איז אפהיינגיק איר גליק און דער גליק פון איר חתן און פון זייערע קינדער וועלכע [וועלען] זיין בא זיי. און ווען מען גלויבט השם יתברך, זעהט מען דערנאך אויך מיט די פליישיקע אויגען אז דאס האט געבראכט גוטעס מאטעריעל און גייסטיג.
טבברכה צום גוטען געזונט און אידישען נחת פון קינדער און אייניקלעך.