Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 5·Letter 1294אגרות קודש·כרך ה·א'רצד

אא'רצד
בב"ה, י"ט כסלו, תשי"ב
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ מו"מ באמונה וכו'
המוה"ר יעקב שי' הכהן
ושלום וברכה!
זאיך האב ערהאלטען אייער בריף פון י"ז כסלו, מיט דעם בייגעלעייגטען פ"נ פאר...
חלשלום בית. ווען איך וועל זיין אויף דעם ציון פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע וועל איך איר מזכיר זיין להנ"ל.
טאיר שרייבט ניט קיין פרטים וועגען איר, האף איך אז בא איר פירט זיך א אידישע הויז, און וויל נאר מעורר זיין אז זי זאל וואס פריער בודק זיין די מזוזות בא איר אין הויז, און אז יעדער מאל פאר ליכט צינדען ערב שבת און ערב יום טוב, זאל זי געבען צדקה לקופת רבי מאיר בעל הנס (רמבעה"ן) און איך האף אז מיט דער צייט און בפרט ווען זיי וועלען בא זיך אפמאכען דעם געדאנק אז אמאל דארף מען נאכגעבען, וואס דורך דער ביסעל קאן מען געווינען א פולע, וועט זי קאנען אנזאגען אין גיכען א בשורה טובה אז עס בעסערט זיך דער שלום בית.
יאיך בין צופרידען צו לייענען אין אייער בריף, אז איר זעהט דאס דער לערנען משניות זאל אנגעהאלטען ווערען אין דער אנשי שלום שול, אבער ווי איר שרייבט אין אייער בריף אז אייערע בני בית זיינען ניט צופרידען פון דעם, וויילע עס קומט אויס שפעט די סעודה, איז מיין מיינונג אין דעם אז איר דארפט געפינען וועמען וועלכער זאל דאס נעמען אויף זיך צו לערנען פאר דעם עולם, און נאך א טעם איז אין דעם, אז א שול דארפמען ניט אפגעוויינען פון צו צאלען פאר לערנען ברבים (אויב מען האט פריער געצאלט פאר דעם, און בפרט אין אמעריקא, אז ווען מען צאלט פאר דעם, האט דאס מער חשיבות.
יאזיכער האט איר ערהאלטען דעם קונטרס לי"ט כסלו ומכתבי הכללי השייך אליו, און איך האף אז איר האט געמאכט א פאר-בריינגען, ווי עס שרייבט כ"ק מו"ח אדמו"ר א חסידישן פארבריינגען, והשי"ת זאל העלפען אונז אלעמען אז י"ט כסלו וועלכער איז דער ראש השנה לחסידות, זאל אין אונז מקויים ווערען די ברכה פון כ"ק מו"ח אדמו"ר: גוט יום טוב לשנה טובה בלימוד החסידות ודרכי החסידות תכתבו ותחתמו.
יבבברכה.
יגא'רצד
מהו"ר יעקב שי': כ"ץ. אגרות נוספות אליו - לעיל ח"ד תתכב ובהנסמן בהערות שם.
ידלקמן א'תכה. א'תצח.