Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 5· Letter 1313אגרות קודש· כרך ה· א'שיג
אא'שיג
בב"ה, כ"ו כסלו, תשי"ב
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ר מנחם מן שי'
השלום וברכה!
ועס האט מיר זייער געפרייט צו ערהאלטען אייער בריף אין וועלכען איר שרייבט, אז מען האט פארבראכט דעם חג י"ט כסלו מיט א סיום אויף משניות, געזונגען דעם אלטען רבי'נס ניגון און מען האט גע'חזר'ט חסידות.
זעס וואלט זייער גלייך געווען צו איינארדענען אזעלכע התועדות ו[ו]אס אפטער.
חאון בפרט שבת מברכים החדש, און יומי דפגרא, ווארום אז חסידישע אידען קלייבען זיך צוזאמען, רעט מען דאך געוויס איבער א תורה ווארט, א חסידישן תורה ווארט און אויך סיפורי צדיקים יסודי עולם, וואס מאמרי רז"ל און ספורי צדיקים פרישען אפ דעם נפש האלקית, און געבען אים כח אויף צו פארטזעצען די עבודה וועלכע איז ארויפגעלייגט געווארען אויף אים, צו דערלייכטען זיין גוף ונפש הבהמית וחלקו בעולם וועלכע איז שייך צו דעם אידען.
טאון אזוי ווי די מצוה פון חנוכה איז דאך צו אנצינדען ליכט, משתחשך, און פון נאכט צו נאכט מוסיף זיין אור בנרות, איז דאס א מוסר השכל אויף דעם כללות החשך של הגלות, אז יעדער אידען איז געגעבען געווארען דער כח אויף צו באלייכטען דעם חשך הגלות און פון מאל צו מאל מוסיף זיין אור, וכמרז"ל מעלין בקדש.
יאיך בעט אייך איבערגעבען מיין גרוס צו די אלע וועלכע האבען זיך באטייליגט אין דעם י"ט כסלו פארבריינגען. און אלעס מיטבא-טייליגונג אין דער נאהענסטער התועדות, לייג איך דא סימבאליש 5$ וועלכע זאל באנוצט ווערען אויף די זאכען וועלכע העלפען צו דער התועדות, ווי משקה פארבייסען וכו'.
יאבברכה לבריאות הנכונה ופ"ש כל המתועדים שיחיו.
יבא'שיג
מוה"ר מנחם מן: סוועט. אגרת נוספת אליו - לעיל א'רכז.
מוה"ר מנחם מן: סוועט. אגרת נוספת אליו - לעיל א'רכז.