Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 5·Letter 1321אגרות קודש·כרך ה·א'שכא

אא'שכא
בב"ה, א' טבת, תשי"ב
גברוקלין.
דשלום וברכה!
הדורך הרה"ח הוו"ח אי"א נו"מ עוסק בצ"צ וכו' מוה"ר ארי' ליב שי' קרעמער, האב איך ערהאלטען אייער בריף מיט דעם פ"נ פאר אייער קוזינע...
ומיך אינטערעסירט צו וויסען צי היט אפ אייער קוזינע טהרת המשפחה, און ווען ניט ח"ו, זאל זי נעמען אויף זיך מיט דער פולער שטריינגקייט צו אפהיטען טהרת המשפחה פון היינט אן און ווייטער, און אויך אנזאגען איר צו געבען יעדער טאג אין דער פריה (אויסער שבת קודש) צדקה פאר צדקת רבי מאיר בעל הנס, און אויך זעהען אז די מזוזות אין איר וואהנונג, זאלן זיין כשר'ה. און איך האף אז זי קען זיין שטארק אין בטחון בהשם יתברך, אז אלעס וועט זיין כשורה און אין צייט, און זי וועט קענען אנזאגען א בשורה טובה אין דעם.
זזיכער האט זי א דאקטאר וועלכע באזוכט איר פון צייט צו צייט און זי פאלגט אויס זיינע אנווייזונגען בנוגע צו אפהיטען זיך פון טראגען שווערע זאכען א.א.וו.
חאיך שרייב ניט דירעקט צו איר, וויילע איך וויל אז איר פון אייער זייט זאלט איר שרייבען און ערקלערען די נויטיגקייט צו אויספאלגען דאס וואס איך שרייב און ספעציעל וועגען טהרת המשפחה. איך ערווארט צו הערען פון אייך בשורות טובות אין דעם, און גיט איבער ביטטע מיין ברכה צו אייער קוזינע מרת... תחי', כנ"ל.
טבברכה.