Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 5· Letter 1322אגרות קודש· כרך ה· א'שכב
אא'שכב
בב"ה, א' טבת, תשי"ב
גברוקלין.
דשלום וברכה!
ה... איך בין געווען איבערשראקען צו הערען אז אייער אייניקעל... לעבט מיט א ניט אידישע, און עס וואלט זייער ריכטיג געווען, אז ערהאלטענדיג דעם בריף, זאלט איר זיך זעהען מיט אים וואס פריער, און זאגען אים, אז דורך דעם בריינגט ער א אומגליק אויף זיך און אויף דער ניט אידישע, א אומגליק - פשוט אין גשמיות, און זאל זיך ניט לאזען אפנארען, מיט דעם וואס אויך נאך אנדערע פירען זיך אזוי און זיינען גאנץ, און בכדי צו רעטען זיך און איר, זאל ער זעהען אז זיי זאלען זיך וואס פריער פאנאנדערגיין און דאס איז נוגע זיי ביידען בגוף ונפש.
ובברכה לבשו"ט בהנ"ל בהקדם.