Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 5· Letter 1347אגרות קודש· כרך ה· א'שמז
אא'שמז*
בב"ה, טו"ב טבת תשי"ב
גברוקלין, נ.י.
דצו די אנטיילנעמער אין דער צוועלפטער
היערליכער
וחגיגה פון ישיבות תומכי-תמימים
זליובאוויטש בארצות
חהברית, ד' עליהם יחיו
טשלום וברכה!
יבנועם באגריס איך און גיב א ברכה מקרב ולב צו אלע אנטיילנעמער אין דער חגיגת ישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש בארצות הברית וואס שוין מיט אייער אנוועזנהייט דא אליין - דריקט איר אויס אייער וואונש און רצון צו האבן דעם גרויסן זכות פון געבן און פארזעצן אייער הילף צום מרכז הישיבות תומכי-תמימים.
יאאלע אמעריקאנער אידן, וועלכע קוקן מיט אפענע אויגן און ווארעמען אינטערעס אויף דעם אידישן מצב אין לאנד, אנערקענען דעם אומבאשרייבליכן גרויסן אויפטו וואס כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע האט געלייסטעט אין אמעריקע מיט זיין ארבעט בכלל, און דורך זיינע ישיבות בפרט.
יבדי שטארקע און טיפע ווירקונג וועלכע די ישיבות תומכי-תמימים איבן אויס אויף דעם אמעריקאנער אידישן לעבן, און דער מוסטער פון מסירת נפש פאר אידישקייט וואס די מחונכים פון דיזע ישיבות ווייזן ארויס - איז אן אלגעמיין אנערקענטער פאקט.
יגדער מרכז הישיבות לעבט איבער א שווערן מאטעריעלן קריזיס וועלכער, ניט נאר באשוועריקט ער די העכסט נויטיקע אויסברייטערונג פון די ישיבות, נאר ער שטעלט אויך, חלילה, אין געפאר די שוין עקזיסטירנדע מוסדות.
ידס'איז באוואוסט די גרויסקייט פון דער מצוה פון צדקה. אפט מאל אבער מאכט מען חשבונות אויף באגרענצן די נתינת הצדקה מצד פארשידענע טעמים.
טודי ישיבות תומכי תמימים מוז אנערקענט ווערן אז זיי זיינען פון די וויכטיקסטע פאקטארן, פון וועלכע ס'איז אפהענגיק דער קיום ניט נאר פון לימוד התורה ביראת שמים אליין - וואס דאס פאר זיך איז א עיקר און יסוד פון קיום עם ישראל - נאר אויך פון אידישן פרטיות'דיקן און געזעלשאפטליכן לעבן, וועלכע מוזן באאיינפלוסט ווערן פון רוח היהדות והתורה. בא פראבלעמען פון אזא לעבנסוויכטיקייט פאלן אפ די טעמים פון באגרענצונגען און אויסרעכנונגען אין דער הילף וועלכע מוז אומבאדינגט געגעבן ווערן.
טזאיך האף און וויל זיכער זיין, אז איר אלע, פריינט פון די ישיבות תומכי תמימים, וועט מאכן די גרעסטע אנשטרענגונג און געבן די מאקסימום הילף, כדי צו דעקן די דעפיציטן פון מרכז הישיבות תומכי-תמימים און געבן די מעגלעכקייט אנצוגיין ווייטער מיט זייער ארבעט.
יזדער אויבערשטער בלייבט ניט קיין בעל-חוב, און זיכער וועט ער אלעמען, וועלכע וועלן ערפילן זייער חוב, העלפן אין אלעס וואס זיי דארפן.
יחאיך פארענדיק מיין ווענדונג מיט דברי הרב, הוא כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אין זיין לעצטן בריוו צו די אנטיילנעמער פון דעם יערליכן דינער פון ישיבות תומכי-תמימים ליובאוויטש אין יאר השי"ת, וזה לשונו (איבערזעצט אין אידיש):
יטהשי"ת זאל שטארקן אייער אלעמענס געזונט און געבן אייך אלעמען גוטע פרנסה בהרחבה, און מיר אלע און אונזערע בני בית יחיו זאלן זוכה זיין בהרמת קרן התורה וקרן ישראל סבא ולגאולה קרובה דורך משיח צדקנו, ער זאל אונז פירן קוממיות לארצנו הקדושה בב"א.
כבברכה
כאמ. שניאורסאהן
כבא'שמז*
נדפסה בלקו"ש חכ"ד ע' 474.
נדפסה בלקו"ש חכ"ד ע' 474.