Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 5·Letter 1371אגרות קודש·כרך ה·א'שעא

אא'שעא
בב"ה, כ"ו טבת, ה'תשי"ב
גברוקלין, נ.י.
דשלום וברכה!
האיך האב באקומען די טשעקס פאר "מחנה ישראל" וואס איר האט איבערגעלאזן פאר אייער צוריקפארן, ממלא זיין און אנצוהאלטן אייער גוטן מנהג.
ואויסער די מעשה הצדקה פון דער השתתפות אין דער ברייטער און אלזייטיקער ארבעט פון "מחנה ישראל", וואס כל המרבה הרי זה משובח, און אויסער דער מעלה פון ניט פארקלענערן די מאס צדקה וואס מ'איז געווען געוואוינט צו געבן פריער, וואס די גרויסקייט דערפון איז איבעריק צו אונטערשטרייכן,
זשאץ איך ספעציעל אפ אייער איצטיקע פעולה טובה וויסנדיק דעם נסיון וועלכן איר האט דערביי זיכער געהאט - לויט דעם ווי איר זעט אן אייער מצב אין איצטיקן מאמענט.
חוואס שווערער דער נסיון, אלץ שטארקער דארף זיין די מדה פון אתכפיא (באצווינגען זיך בייצוקומען נסיונות). אויסער דער גרויסער מצוה וואס איז דערביי -פארבונדן, ווירקט די פעולה פון אתכפיא אויף דער אויסבעסערונג און אויסאיידלונג פון דעם "זיך". די מדה פון אתכפיא איז זייער טייער ביים אויבערשטן און עפנט אויסערגעוויינליכע צנורות ממשיך צו זיין ברכה והצלחה בגשמיות וברוחניות.
טבברכה איר זאלט בקרוב אנזאגן אז איר מאכט גוטע געשעפטן.