Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 5· Letter 1379אגרות קודש· כרך ה· א'שעט
אא'שעט
בב"ה, ראש חדש שבט, ה'תשי"ב
גברוקלין, נ.י.
דשלום וברכה!
הדער אויבערשטער זאל העלפן, אז די אפעריישאן זאל דורכגיין כשורה, און איר זאלט קאנען אנזאגן גוטע בשורות וועגן דעם.
ועס וואלט געווען א גוטע זאך ווען איר קאנט האלטן בא זיך אין צימער אין שפיטאל א כשר'ע מזוזה, און אויך נעמען אויף זיך, אז באלד ארויסגייענדיק פון שפיטאל וועט איר אלע ערב שבת וערב יום-טוב געבן עפעס אויף צדקה פון רבנו מאיר בעל הנס, און זאגן יעדן טאג א קאפיטל תהלים אין לשון הקדש, אדער אויב דאס איז אייך שווער, דאן אין ענגליש.
זאיך האף צו הערן א גוטע בשורה אז בא אייך גייט צו בעסערס, און פארענדיק בברכה.
חבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
טמזכיר