Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 5· Letter 1400אגרות קודש· כרך ה· א'ת
אא'ת
בב"ה, ג' שבט, ה'תשי"ב
גברוקלין, נ.י.
דהנכבד ונעלה, איש ירא אלקים, עסקן רב
הפעלים,
והנדיב מו"ה משה שי' לבנדה
זשלום וברכה!
חעס האט מיר געפרייט צו באקומען א באריכט פון מיין פערזענליכן פארשטייער און דירעקטאר פון אונזער אייראפייאישן הילפס-ביורא, הרה"ג והרה"ח וו"ח אי"א נו"מ עוסק בצרכי ציבור באמונה וכו' מוהר"ר בנימין שי' גאראדעצקי, וועגן זיין באזוך אין מאדריד.
טבאזונדערס האט מיר געפרייט צו הערן וועגן אייער וויכטיקע ארבעט לטובת הכלל, אז איר און אייער פרוי תחי' האבן מקדיש געווען א בית-הכנסת לטובת הקהל, וכו', און אז איצט האט איר זיך אונטערנומען צו מאכן א גרויסן תיקון אין אייער קהלה דורך גרינדן א כשר'ע קיך, און האט פאר דעם צוועק מקדיש געווען א פאסנדע הויז אין צענטער פון שטאט.
יעס איז איבעריק מאריך צו זיין וועגן דעם גרויסן זכות און מצוה צו זיין פון די מזכי הרבים, ובפרט אין אזעלכע וויכטיקע ענינים ווי די וועלכע ווערן דערמאנט אין דער תפלה מי שברך - מי שמייחדים בתי כנסיות לתפלה גו' ופת לאורחים גו', וואס מתן שכרו בצדו - הקב"ה ישלם שכרם גו' וישלח ברכה והצלחה בכל מעשה ידיהם.
יאאיך וויל אבער אויסדריקן מיין האפנונג און אונטערשטרייכן, אז ווי יעדע לעבעדיקע זאך, וועט אויך אייער גוטע ארבעט האלטן אין וואקסן, און אז איר וועט פארגרעסערן אייערע באמיאונגען אין אלע ענינים לטובת הכלל, צו פארשטארקן תורה און אידישקייט סיי צווישן די ארטיקע איינוואוינער, סיי צווישן די שטודירנדע יוגנט.
יבדער אויבערשטער בלייבט ניט קיין בעל-חוב, און ער וועט אייך אויך זיכער משפיע זיין בשפע ברכות און מצליח זיין סיי אין אייער ארבעט לטובת הכלל, סיי אין אייערע אייגענע ענינים, בגשמיות וברוחניות.
יגעס וועט מיר זייער פרייען צו הערען ווייטערע גוטע נייעס וועגן אייער ארבעט.
ידבברכה.