Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 5·Letter 1410אגרות קודש·כרך ה·א'תי

אא'תי
בב"ה, ז' שבט תשי"ב
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ וכו' מוה"ר מנחם מענדיל
השי'
ושלום וברכה!
זאיך האב זיך דערוואוסט ניט לאנג אז איר ווייסט די מלאכת הסופר' סת"ם, וויל איך אייך מציע זיין, אז איר זאלט שרייבען צום מרכז לעניני חינוך - מל"ח - צי וואלט איר געקאנט שרייבען מזוזות (וואס מסתמא שרייבט איר לויט דער דיעה פון אדמו"ר הזקן) און וויפיל בערך דארף דאס קאסטען, נעמענדיג אין אכט, אז דאס איז פאר אמעריקא, וואס די מזוזות דארפען זיין ניט פון גרויסען פארמאט.
חבנוגע צו די עניני דפוס, ווי חוברות תפילין וכיו"ב, האב איך דאס איבערגעגעבען צום מל"ח, און איר ווענדעט זיך דירעקט צום מרכז לעניני חינוך.
טת"ח פאר דעם סיפור וועגען רבינו הזקן, ווען ער איז געווען אין ארשא, און זיכער האט איר נאך אין זכרון מהני מילי מעלייתא, מיט וועלכע איר וועט מיר מהנה זיין, ות"ח מראש.
יבטח למותר לעוררו וועגען דעם בחור מיט וועלכען הרב פלוקסבערג האט געלערענט א געוויסע צייט (דעם נאמען פון דעם בחור שרייבט איר ניט) אז עס איז כדאי צו באזוכען עם נאך אמאל און מעורר זיין עם אז ער זאל ממשיך זיין דעם לערנען, און אויב ער האט ניט קיין חשק צום לערנען, איז כדאי צו משתדל זיין זיך מאכען בא אים א רצון.
יאבייגעלייגט איז דא די הנהגות פון דעם יום ההילולא של כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, ובבקשה לפרסם באופן המתאים.
יבבברכה.
יגא'תי
מוה"ר מנחם מענדל שי': אראנאוו, טורונטו.