Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 5· Letter 1438אגרות קודש· כרך ה· א'תלח
אא'תלח
בב"ה, אדר"ח אדר, תשי"ב
גברוקלין.
דשלום וברכה!
ה... דאס וואס איר שרייבט אין אייער צעטל, אז אויך אויף ווייטער זאלט איר קענען שטיצען די אלטע און אומגעליקליכע וועלכע איר העלפט שטענדיג, געוויס איז דאס פון די גרויסע טייערע מצות, אבער פונדעסטווגען אזוי ווי [א] מענשליכער קערפער - גוף - האט מערערע אברים און מען דארף זעהען אז אלע אברים זאלן זיין געזונט, אזוי דארפמען אויך זעהען אז אויך די נשמה זאלן אלע אירע אברים זיין גאנץ, און דערפאר קען מען זיך ניט באנוגענען מיט געבען צדקה אליין, און איר דארפט זעהען אז איר זאלט האבען שיעורים אין תורה נאך אייער מעמד ומצב, און אויך זאגען יעדען טאג נאכן דאוונען אין דער פרי א שיעור תהלים (ווי דער תהלים ווערט פאנאנדערגעטיילט אויף די טעג פון חדש) און אויך לערנען אלע טאג לפחות עטליכע פסוקים חומש מיט פירוש רש"י פון דער סדרה פון דער וואך, און איך האף אז אויך אין דעם וועט איר קענען אנזאגען מיר בשורות טובות.
ובברכה לרפואה קרובה.