Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 5·Letter 1447אגרות קודש·כרך ה·א'תמז

אא'תמז
בב"ה, ב' אדר, תשי"ב
גברוקלין, נ.י.
דהוו"ח אי"א נו"נ סופר מהיר וכו'
המו"ה דוד ליב שי' מקלר
ושלום וברכה!
זמיט גרויס צופרידנהייט האב איך זיך דערוואוסט, אז איר זייט צוגעטראטן צו דער פארווירקליכונג פון אייער הבטחה ווא אר האט נאך געגעבן צו כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע וועגן צוגרייטן צום דרוק פון דעם המשך פון די "זכרונות".
חאיך בין אויך געווען צופרידן צו זען און לייענען דעם ערשטן ארטיקל דערפון, וואס דאס שטארקט מיין זיכערקייט, אז פון יעצט אן און ווייטער וועט די ארבעט גיין מיט א רעגלמעסיקן און שנעלן טעמפא, און דערמיט נאכקומען דעם פארלאנג פון טויזנטער חסידים און סתם אידן, וואס האבן אזוי לאנג געווארט אויף דעם המשך.
טעס איז איבעריק צו אונטרשטריכן די וויכטיקייט פון די "זכרונות" פון אידן בכלל, און פאר די וועלכע אינטערעסירן זיך מיט דער געשיכטע פון אידן און אידישקייט און חסידות בפרט, איך וויל בלויז דערמאנען דער גרויסן זכות וואס איז פארבונדן מיט דער ארבעט און ווינשן אייך הצלחה נא מער ווי בא דער ערשטער טייל.
יבברכה.
יאא'תמז
הוו"ח... מקלר: אגרת נוספת אליו - לעיל ח"ב שכב. וראה שם לתוכן האגרת שלפנינו.