Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 5· Letter 1456אגרות קודש· כרך ה· א'תנו
אא'תנו
בב"ה, י"ב' אדר תשי"ב
גברוקלין, נ.י.
דשלום וברכה!
הדורך הרה"ג והרה"ח וו"ח אי"א נו"מ עוסק בצ"צ וכו' מוהר"ר שלמה זלמן שי' העכט, איז אנגעקומען אייער ביישטייערונג פאר אונזער חינוך ארבעט אין צפון אפריקע, אייער השתתפות איז זיכער א דבר בעתו.
ודי ארבעט אין צפון אפריקע, וועלכע האט זיך אנגעהויבן דורך דער איניציאטיוו פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע קורץ פאר זיין הסתלקות, האט זיך ב"ה אנטוויקלט און אויסגעשפרייט, און מען קען זען די ג-טליכע הצלחה וואס באגלייט זי אין איר שווערן וועג. אין דעם לעצטן באריכט וואס איך האב באקומען פון דארט, ווארט געגעבן א רשימה פון 52 מוסדות וועלכע זינען שוין ב"ה אויפגעשטעלט געווארן אין פארשידענע שטעט און שטעטלעך, און אפילו די פארווארפנסטע דערפער, אין מאראקא.
זאין דעם דאזיקער ברייטער נעץ פון מוסדות חינוך - וועלכע טראגט דעם נאמען אהלי יוסף יצחק ליובאוויטש, אויפן נאמען פון דעם גרויסן גרינדער - גייען אריין א בית מדרש למורים, ישיבות, ישיבות קטנות, תלמוד-תורות, בית רבקה סקולס פאר מיידלעך, אוונט קורסן פאר דערוואקסענע וכו'. אויסער דעם חינוך הכשר על טהרת הקדש וואס די קינדער באקומען פריי, באקומען פיל פון זיי אויך מאטעריעלע הילף, ווי פרייע מאלצייטן, באקליידונג וכו'.
חכאטש די רעזולטאטן זיינען ב"ה זייער צופרידנשטעלנד, קענען מיר זיך אבער דערביי ניט אפשטעלן, ווארום מיר טארן ניט פארגעסן, אז עס זיינען נאך פאראן טויזנטע און טויזנטע פאר'חלש'טע אידישע קינדער וועלכע גייען ארום אן תורה און אן חינוך און געפינען זיך אין א גרויסע סכנה נפשיית.
טעס איז צו האפן דעריבער, אז אונזערע פריינט וועלן פון זייער זייט אויך פארגרעסערן זייער השתתפות אין דער דאזיקער עבודת הקדש פון הצלת נפשות. די דאזיקע השתתפות עפנט ברייטע צנורות צו ממשיך און מקבל זיין די ג-טליכע ברכות פאר זיך און אלע בני בית, בגשמיות וברוחניות.
יבברכה צו הערן גוטע בשורות פון אייך און אלע אייערע שיחיו.