Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 5· Letter 1470אגרות קודש· כרך ה· א'תע
אא'תע
בב"ה, כ"ז אדר, ה'תשי"ב
גברוקלין, נ.י.
דהוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצרכי ציבור וכו'
המו"ה יסוף שי'
ושלום וברכה!
זאיך האב באקומען א בריוו פון הרב משה שפירא פון תל אביב, אין וועלכן ער אינפארמירט וועגען דער ארבעט וועלכע ער פירט אן צו גרינדן וואס מער מקוואות אין ארצנו הק' ת"ו, וואס ביז איצט האבן זיי שוין געגרינדעט איבער הונדערט מקוואות אין די מעברות פון די פליטים (פון די אראבישע לענדער, בולגאריע, רומעניע, אונגארן פוילן וכו'). זייער שוועריקייט איז צו באקומען די נויטיקע מאטעריאלן, ווי וואנעס (באטה-טאבס), רערן (טיובס), צעמענט, קאכלעס (טיילס), אד"ג, וואס מ'קען דארט אפילו פאר געלט ניט קריגן.
חבמילא, וויסנדיק אייער יחס און ווארימקייט צום ענין פון טהרת המשפחה און מקוואות, וואלט איך אייך וועלן פרעגן צי האט איר די מעגליכקייט דורך אייער השפעה צו באקומען די מאטעריאלן וואס זיי נויטיקן זיך דארט צו בויען מקוואות.
טאיך האף צו הערן בשו"ט פון אייך.
יבברכה.
יאא'תע
מו"ה יוסף: רבינסון. אגרות נוספות אליו - לעיל ח"ד תתקמז, ובהנסמן בהערות שם.
מו"ה יוסף: רבינסון. אגרות נוספות אליו - לעיל ח"ד תתקמז, ובהנסמן בהערות שם.