Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 5· Letter 1498אגרות קודש· כרך ה· א'תצח
אא'תצח
בב"ה, ח' ניסן, ה'תשי"ב
גהוו"ח אי"א נו"נ משאו ומתנו באמונה וכו'
דמהור"י שי' הכהן
השלום וברכה!
ו... מיר וואלט אינטערעסירט צו וויסן אויב איר האט גוטע נייעס פון דער חברה פון מאראקאנער און ספרדישע אידן, פון וועלכע מען האט געהאפט אז מען וועט באקומען פון זיי שטיצע פאר אונזער ארבעט אין מאראקא.
זענדע פאריקע וואך איז אנגעקומען הרה"ג והרה"ח וו"ח אי"א עוסק בצצ"ב וכו' מוהר"ר בנימין שי' גאראדעצקי פון פאריז, וועלכער האט אויך באזוכט מאראקא מיט א קורצע צייט צוריק. ער האט מיר געבראכט אן אויספירליכן באריכט פון אונזער ארבעט, מיט צוויי בולט'ע עקסטרעמען: פון איין זייט גייט די ארבעט בהצלחה גדולה ב"ה, און פון דער צווייטער זייט די גרויסע נויט אין מיטלען אנצופירן די ארבעט און אויסברייטערן זי וואס מער און מער.
חאיך האף, אז לויט אייער גוטן מנהג פון א סך יארן, וועט איר אויך היי-יאר זען צו זיין מיט אונז צוזאמען אויף פסח. בא דער געלעגנהייט וועט איר אויך קענען הערן מער פרטים וועגן הרב גאראדעצקי'ס באריכט. איך דערמאן עס איצט אין דער האפנונג, אז אפשר וועט איר קענען פארן ארויספארן אהער ווידער אויפנעמען די פראגע מיט דער אויבנדערמאנטער חברה אדער אנדערע אויך, כדי צו באקומען א באדייטנדע הילף, וואס וואלט געווען א דבר בעתו.
טבייגעלייגט קאפיעס פון מיין פסח-מעסעדזש, וואס וועט אייך האפנטליך אינטערעסירן און צוניץ קומען.
יאיך שיק אייך אויך מיינע בריוו פאר אייערע ברידער מר מרדכי שי' ומר יצחק שי', ות"ח על הטרחה זיי איבערצוגעבן.
יאמיט דער האפנונג אינגיכן צו זעען זיך מיט אייך דא, ובברכת חג הפסח כשר ושמח פאר אייער פרוי און פאמיליע שיחיו.
יבא'תצח
מהור"י שי': כ"ץ. אגרות נוספות אליו - לעיל א'רצד, ובהנסמן בהערות שם.
מהור"י שי': כ"ץ. אגרות נוספות אליו - לעיל א'רצד, ובהנסמן בהערות שם.