Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 5· Letter 1517אגרות קודש· כרך ה· א'תקיז
אא'תקיז
בב"ה, כ"ו ניסן, ה'תשי"ב
גברוקלין, נ.י.
דשלום וברכה!
העס האט מיר געפרייט באקומען אייער בריוו פון ה' ניסן, אין וועלכן איר טיילט מיט וועגן געבורט פון אייער טאכטער... תחי', שיק איך אייך מיין אינערליכן וואונש, אז איר און אייער פרוי תחי' זאלט זי מגדל זיין לתורה ולחופה ולמעשים טובים צוזאמען מיט אלע אייערע אנדערע קינדער שיחיו.
ואויך האט מיך געפרייט צו הערן, אז דער מצב הפרנסה איז בא איך בעסער געווארן.
זאיך האף אז עס ועט אויך ווייטער גיין צו בעסערס און איר וועט קענען אנזאגן גוטע בשורות אין דעם.
חוואס אנבאלאנגט אייער פראגע, וואס פארא מקצועות צו לערנען מיט די קינדער וועלכע ווענדן זיך צו אייך און בעטן לערנען מיט זיי? -
טכאטש אפילו אין א באשטימטער מאס הענגט עס אפ פון טיפ ינדער, זייער עלטער און אפשטאמונג אין הויז, אבער אן אלגעמיינע אנווייזונג קען מען געבן, וואס זי שטימט אין אלע פעללע, נעמליך, אז אין דער איצטיקער צייט מוז די הויפטגעוויכט געלעגט ווערן אויף איינצופלאנצן אין אידישיע קינדער ענינים פון יראת-שמים ווי אויך דעם געדאנק אז יהדות מוז מען פראקטיצירן אין טאג-טעגליכן לעבן, און עס איז ניט גענוג בלויז צו לערנען וועגן דעם, אדער אפילו פארקטיצירן בלויז שבת און יום-טוב אין שול.
יאיסגייענדיק פון דעם שטאנדפונקט, דארף מען איניצן יעדע געלעגנהייט אז קינדער זאל קענען און וויסן ווי צו מאכן ברכות, היטן שבת, כשרות אאו"ו. אויב אפילו עס זיינען דא קינדער וואס אזא לערנען קען זיי אפשרעקן, דארף מען זיי דאס געבן ביסלעכווייז, און יעדנפאלס דארף דאס זיין די הויפט מטרה און ציל.
יאאזוי ווי דער טשעק איז ארויסגעשיקט און אנגעקומען אין די טעג פאר פסח, האב איך דאס איבערגעגעבן העלפט פארקן פאנד פון מעות-חטים און העלפט פאר אונזערע מוסדות חינוך פאר מיידלעך אין מאראקא אויפן נאמען פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע - אהלי יוסיף יצחק ליובאוויטש, לזכות פון אייער ניי - געבארענער טאכטער תחי' לאורך ימים ושנים טובות.
יבבייגעלעגט א מכתב כללי לפסח, וואס דער תוכן איז גילטיק אויף א גאנץ יאר.
יגבברכה.