Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 6·Letter 1569אגרות קודש·כרך ו·א'תקסט

אא'תקסט
בב"ה, כ' אייר, תשי"ב
גברוקלין.
דשלום וברכה!
הזיינען צייט האב איך עהראלטען אייער בריף מיט די בייגעלייגטע ביישטיייערונגען פאר מעות חטים און כולל חב"ד.
ועס האט מיך געפרייט צו לייענען אין אייער בריף, אז עס ארט אייך, וואס איר האט ניט די מעגליכקייט צו געבען צדקה ווי איר וואלט וועלען, זיכער פארטיפט איר זיך אין דעם וואס מיר זאגען אין דאוונען - אין אשרי - רצון יריאיו יעשה, אז הקב"ה ערפילט דעם ווילען פון די וועלכע זיינען יראיו, און דערפאר האף איך, אז הקב"ה זעהענדיג אייער ווילען צו אנהאלטען אייערע גוטע מנהגים אין צדקה און אנדערע מעשים טובים, וועט השי"ת אייך העלפען אז איר זאלט האבען די מעגליכקייט אויף דעם, און איך ווינטש אייך אז איר זאלט דאס טאן מתוך שמחה ובריאות הנכונה.
זבברכת קבלת התורה בשמחה ובפנימיות.