Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 6·Letter 1605אגרות קודש·כרך ו·א'תרה

אא'תרה
בב"ה, ב' סיון, תשי"ב
גברוקלין.
דשלום וברכה!
הצו דעם טאג פון אייער חתונה מיט אייער ב"ג תחי', שיק איך אייך מיין ברכה: ברכת מזל טוב מזל טוב איר זאלט בויען אייער הויז אויף די פונדאמענטן פון תורה און מצות און דורכגעווארעמט מיט די ווארימקייט פון אמת'ע ליבע צו השם יתברך, צו תורה און צו א צווייטען אידען, לויט דער אויסשפראך פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, איז דאס, אהבת השם, אהבת התורה ואהבת ישראל, וואס די אלע זאכען אין איינעם, איז איינס, און איר זאלט זוכה זיין, אז אייער הויז זאל זיין א ווארימע אידישע הויז, מיט הכנסת אורחים און באלויכטען מיט דעם נר מצוה ותורה אור.
ובברכת מזל טוב מזל טוב.
זא'תרה
אהבת... איינס: ראה גםלעילח"ה אגרות א'שפו. א'תטז.