Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 6· Letter 1828אגרות קודש· כרך ו· א'תתכח
אא'תתכח
בב"ה, ז' אלול, ה'תשי"ב
גברוקלין, נ.י.
דהוו"ח אי"א נו"נ האחים מו"ה משה ויוסף
היחיו
ושלום וברכה!
זבהמשך צו אונזער טעלעפאנישן געשפרעך, וויל איך דערמיט אויסדריקן מיין צופרידנהייט פאר דעם אינטערעס וואס איר האט ארויסגעוויזן אין דער פראגע פון אונטערנעמען זיך פון אייער זייט צו מנדב זיין די צווייטע העלפט פון דער סומע וואס נויטיקט זיך פאר דעם בנין בארצנו הקדושה, וואס אייער ווירדיקער פאטער שי' האט איף דרויף מנדב געווען די ערשטע העלפט.
חאיך רעכן, אז עס איז איבעריק מאריך צו זיין וועגן דער וויכטיקייט און נויטווענדיקייט פון דער זאך, וואס איז אייך זיכער זעלבסטפארשטענדלעך.
טאיך וויל נאר אונטערשטרייכן צוויי נקודות:
יאונזערע חכמים זכרונם לברכה זאגן, אז די וויכטיקייט פון א מצוה גייט אויפן נאמען פון די וועלכע פארענדיקן, זי. דאס הייסט, אז דאס וואס אייער פאטער שי' האט דורכגעפירט די ערשטע העלפט פון דער זאך און איר וועט דאס משלים זיין מיט דער צווייטער העלפט, נעמט איר דערמיט א חלק אויך אין דער טייל פון אייער פאטער שי'.
יאגלייכצייטיק פארשטארקט דאס אויך די השתתפות פון אייער פאטער שי' דערמיט וואס די גאנצע זאך וועט זיין אויפן נאמען פון דער משפחה האלמאן.
יבאון אזוי ווי א בנין אין ארץ ישראל ת"ו וואס איז פארבונדן מיט חינוך על טהרת הקדש איז פון די אייביקע זאכן בגשמיות וברוחניות, בין איך זיכער, אז איר וועט גערן ביישטייערן די צווייטע העלפט, און אזוי ארום איינשאפן זיך פאר דער גאנצער משפחה האלמאן שיחיו דעם גרויסן און אייביקן זכות וואס איז דערמיט פארבונדן, ובפרט אין די איצטיקע טעג פון חודש אלול, חודש הרחמים והרצון.
יגאיך האף, אז איר וועט מיך דערפרייען מיט דער בשורה טובה וועגן אייער החלטה טובה.
ידבברכת כתיבה וחתימה טובה להם ובני ביתם שיחיו.
טוא'תתכח
מו"ה משה ויוסף: האלמאן.
מו"ה משה ויוסף: האלמאן.