Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 7·Letter 1922אגרות קודש·כרך ז·א'תתקכב

אא'תתקכב
בב"ה, ראשון בכסלו, ה'תשי"ג
גברוקלין, נ.י.
דלכל מוקירי תורה ויהדות ה' עליהם יחיו
השלום וברכה!
ואין פיל ערטער אין גמרא און מדרש זיינען די חז"ל מפליא די גרויסע מעלה און זכות פון דער אידישער פרוי, די עקרת הבית וואס העלפט אויפשטעלן און האלט אויף די אידישע הויז על יסודי התורה והמצוה, אין וועמענס הענט עס ליגט, אין א גאר גרויסער מאס, די ערציאונג פון די קינדער אין אן אמת-אידישן תורה'דיקן וועג.
זדי "בית רבקה" וועלכע שטייען אונטער דער אויפזיכט פון דעם "מרכז לעניני חינוך" טוען א העכסט וויכטיקע און נויטיקע ארבעט דורכן ערציען אידישע טעכטער בחינוך הכשר און צוגרייטן זיי אז זיי זאלן קענען אין דער צוקונפט זיין פאראנטווארטלעכע אידישע פרויען און מוטערס.
חא דאנק זייער אונערמידלעכער און איבערגעגעבענער ארבעט האבן די מוסדות בית רבקה, במשך זייער עלף יעריקער עקזיסטענץ, ערצויגן הונדערטער און הונדערטער תלמידות אין גייסט פון תורה יראת שמים און מדות טובות, וועלכע זיינען א נחת פאר זייערע עלטערן און א שטאלץ פארן אידישן פאלק.
טביים איצטיקן מאמענט געפינען זיך די מוסדות אין א שווערער עקאנאמישער לאגע, און די עסקני המוסדות ובראשם הרה"ח הוו"ח אי"א נו"מ עוסק בצרכי ציבור בעל מרץ ורב פעלים וכו' מהור"י שי' דזשייקאבסאן מאכן די גרעסטע אנשטרענגונגען אויף צו ערמעגלעכן זייער ווייטערדיקן קיום.
יזונטאג, י"ג כסלו הבא עלינו לטובה, וועט אי"ה פארקומען די יערלעכע חגיגה פון די מוסדות בית רבקה, און איך ווענדע זיך מיט א קריאה של חיבה והתעוררות צו די אלע וועלכע האלטן טייער תורה ויהדות און שאצן ריכטיק אפ די וויכטיקייט פון חינוך הכשר פאר בנות ישראל:
יאעס איז א הייליקע פליכט אויף יעדן איינעם, מאן און פרוי, צו שטיצן די מוסדות "בית רבקה" מיט אלע מעגלעכקייטן.
יבנעמט אנטייל אין דער יערלעכער חגיגה און העלפט שאפן די פינאנציעלע מיטלען, וועלכע זיינען העכסט נויטיק אויף אויפצוהאלטן די מוסדות בית רבקה.
יגעס איז ניט נאר א הילף נאר א רעטונג פאר א פעסטונג פון חינוך הבנות על טהרת הקודש.
ידובזכות זה וועט השי"ת העלפן די אלע אנטיילנעמער שטיצער און מיטהעלפער אין וואס זיי נויטיקן זיך - בבני חיי ומזוני רויחא בגשמיות וברוחניות.
טובברכת הצלחה ורב טוב גשמי ורוחני,
טזמ. שניאורסאהן