Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 7·Letter 1961אגרות קודש·כרך ז·א'תתקסא

אא'תתקסא
בב"ה, כ"ז כסלו, תשי"ג
גברוקלין.
דלאנ"ש המתועדים בסעודת יום הגאולה
הגאולתנו ופדות
ונפשנו י"ט כסלו בבית המדרש נוסח אר"י,
זבפיין עוו.
חבמאנטרעאל, ד' עליהם יחיו
טשלום וברכה!
ימיט פארגעניג[ע]ן האב איך באקומען די ידיעה וועגען אייער
יאהתועדות-פארבריינגען אין דעם ליכטיקן טאג י"ט כסלו.
יבלויט מאמר רז"ל איז: אכל בי עשרה שכינתא שריא, און רבינו הזקן איז מבאר דעם ענין (אין זיין אגרת הקדש סימן כ"ג) אז ווען עס קלייבען זיך צונויף צען מענשן אידען, איז דאס אליין בריינגט השראת השכינה. ובפרט ווען דער צוזאמענקומען זיך איז כדי צו פייערען די באפרייאונג פון נשיא ישראל רבינו הזקן בעל התניא והשולחן ערוך, וועלכער האט זיך מוסר נפש געווען אויף אהבת ישראל, אהבת התורה ואהבת השם, און מען נעמט אן דערביי גוטע החלטות בנוגע צו די אויבענדערמאנטע ענינים, איז דענסטמאל די השראת השכינה ביתר שאת וביתר עז,
יגאון במילא איז דאן אויך פראן א באזונדער הצלחה אין די החלטות טובות וואס מען נעמט אן, אז זיכער וועט מען פארטזעצען דעם גאנצען יאר, לויט די אנגענומענע החלטות - בשעת מעשה, און נאך מיט א תוספת אויף דעם.
ידדאס איז אויך דער רמז פון דעם אופן מצות נרות חנוכה, אז עס דארף זיין מעלין בקדש פון טאג צו טאג, און בפרט אין דעם חשך פון זמן הגלות.
טודאס איז דאך איינער פון די חלוקים פון די נרות חנוכה צו די נרות פון בית המקדש, וואס אין בית המקדש איז די צאל ליכט אלע מאל גלייך, און בא די נרות חנוכה איז - מוסיף והולך, וואס מען קען עס ערקלערן דערמיט וואס חנוכה ליכטלעך צינדט מען אן משתשקע החמה, נאך זון אונטערגאנג, און די נרות אין בית המקדש האט מען אנגעצונדען א לאנגע צייט פאר שקיעת החמה.
טזאון דאס איז פאר אונז א מוסר השכל, אז ווען דער ארום איז ניט ליכטיג, קען מען זיך ניט באנוגענען מיט דער מאס פעולות טובות היינט - אזוי ווי נעכטען, און מארגען אזוי ווי היינט, נאר מען מוז זיך אנשטריינגען יעדער טאג צוגעבען אויף דעם פריערדיקן טאג ומעלין בקדש, און מיט דער געהעריגער ענערגיע און אנשטריינגונג פארווירקליכט מען דאס, און עס גייט בהצלחה.
יזבברכת טוב גשמי ורוחני לכל אחד ואחד מהמתועדים - הם ביתם וזרעם שיחיו.
יחא'תתקסא
נדפסה בלקו"ש ח"י ע' 273, והוגהה ע"פ העתק המזכירות.
יטלתוכנה ראה לעיל אגרת א'תתקנז, ובהנסמן בהערות שם.