Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 7·Letter 2044אגרות קודש·כרך ז·ב'מד

אב'מד
בב"ה, ט' אדר, תשי"ג
גברוקלין.
דהרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ
המוה"ר חיים שי' שו"ב
ושלום וברכה!
זדעם בריף וועגען אייער שנור תחי' האב איך באקומען און האב לויט אייער בקשה געענטפערט צו אייער מחותן מר לעווקאוויטש שי', זיכער האט איר געזעהען דעם בריף, און איך ערווארט צו הערען פון אייך גוטע בשורות.
חדאס וואס איר שרייבט אין אייער בריף פון יום ההילולא יו"ד שבט, וועגען די שוועריגקייטען צו באקומען א וויזע אהער, איז דאך באוואוסט דער פסוק, לכל עת, און זיכער וועט השי"ת אין דער פאסיקער צייט מזכה זיין אייך אז איר זאלט קענען זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע און אויך באטייליגען זיך אין א חסידישער התועדות דא, און דאס זאל זיין געזונטערהייט און פרייליכערהייט.
טצו דעם אנקומענדען פורים האב איך פארגעשלאגען לאנ"ש שיחיו, אז אין די טעג פון פורים און דעם שבת פאר פורים זאל מען לערנען דעם מאמר חסידות מכ"ק מו"ח אדמו"ר פון פורים ה'תש"א, (וועלכער איז געדרוקט אין דעם קונטרס ק') און אויך די שיחה פון פורים ה'תש"א, וועלכע איז זיינער צייט אפגעדרוקט געווארען אין א באזונדער חוברת, און האפענטליך וועלין אנ"ש שיחיו אין טאראנטא אויך אזוי טאן.
יוועגן נסיעה לאה"ק ת"ו - קומט בא מיר דערווייל ניט אויס.
יאוועגן אטאווא - רעכן איך אז בטאראנטא האט איר מער - ובכבוד - בגו"ר.
יבבפ"ש כל אנ"ש שיחיו וברכת פורים שמח עד דלא ידע כפסק תוה"ק ולהמשיך השמחה על כל השנה בגשמיות וברוחניות.
יגב'מד
מוה"ר חיים: פלאטקין, טורונטו. אגרות נוספות אליו - לעיל ח"ד תתעח. אקמז. א'ריב.