Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 7· Letter 2157אגרות קודש· כרך ז· ב'קנז
אב'קנז*
בב"ה, ב' תמוז, תשי"ג
גברוקלין.
דלהמתפללים דבית הכנסת רודף שלום אנשי
הקיוב,
ובטאראנטא, ד' עליהם יחיו
זשלום וברכה!
חאין בין געווען צופרידען צו באקומען א גרוס פון אייער שול דורך הרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר חיים שי' שו"ב פלאטקין, און איך האף אז אוי[ך] להבא וועט אייער שול און די מתפללים שטייגען אין די ענינים פון תורה ומצות, וואס דורך דעם פועל'ט מען אויך אז די ברכות וואס השי"ת גיט יעדער איינעם אין דעם וואס ער נויטיגט זיך, האלטען אויך אין שטייגען פון צייט צו צייט.
טאון לויט ווי מיר האבען געהערט מערערע מאל פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, אז בא יעדער אידען איז פריש און לעבעדיק אין זכרון זיינע עלטערען און די אלטע היים, און ווי עס איז צו זעהען זייט איר פון אנשי קיוב פון דער אלטער היים, האף איך איז אויך בא אייך פריש אין זכרון און שטייט פאר אייערע אויגען די הנהגות פון אייערע עלטערען און עלטערענס עלטערען פון דער אלטער היים, וועלכע זיינען געווען דורכגענומען מיט ווארימקייט און צוגעבונדענקייט צו תורה און מצות, און וואס דאס מוז אנגעהאלטען ווערען דורך יעדער אידען אין יעדער צייט און אין יעדער ארט וואו ער זאל ניט זיין, ווארום אזוי ווי השי"ת איז א נצחי - אייביג - אזוי זיינען אויך תורה ומצות נצחיים - אייביגקייטען - און אזוי אויך דער עם ישראל אלס גאנצער און יעדער איד בפרט, אנהאלטענדיק אין תורה ומצות ווערט מען פאראיינציגט מיט הקב"ה, אז עס זאל זיין ישראל ואורייתא וקודשא בריך הוא כולא חד.
יבברכת הצלחה לכל אחד מהמתפללים ובני ביתם שיחיו.