Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 8·Letter 2262אגרות קודש·כרך ח·ב'רסב

אב'רסב
בב"ה, יו"ד מ"ח, תשי"ד
גברוקלין.
דשלום וברכה!
האיך האב באקומען אייער בריף אין וועלכען איר שרייבט וועגען דער
ובאקאנטשאפט וואס אייער טאכטער האט מיט א צייט צוריק געשלאסען מיט א יונגען מאן און מיט דער צייט זיינען זיי דערנעענטטער[ט] געווארען ביז עס איז געשלאסען געווארען א שידוך צווישען זיי און מען האט געשריבען תנאים בשעה טובה ומוצלחת, און איר דיינקט אז דער חתן וואלט אין גוטע אומשטענדן געקענט זיין מער נעהענטער צו אידישקייט ווי ער איז יעצט. און בעט א ברכה אין דעם.
זעס איז זעלבסט פארשטענדלעך אז צו יעדער זאך און בפרט צו האבען נחת פון קינדער איידימס און שניר דארפמען זיכער די ברכה פון השי"ת און זיין הצלחה, אבער דאס באפרייט ניט עלטערען צו טאן דאס וואס עס איז אין זייערע מעגליכקייטען אין דער ריכטונג, און אדרבה ווען מען וויל באקומען די ברכה והצלחה פון השי"ת דארפמען צוגרייטען די מיטלען און כלים צו דעם, וואס דורך דעם באקומט מען דאס גיכער און אין [א] גרעסערער מאס, און דאס איז דורך דער פארגרעסערונג פון אנשטריינגונג אין דער ריכטונג.
חאון דעריבער דארפט איר און אייער מאן שי' אנשטריינגען אלע מיטלען, אז אלץ וואס איז נוגע אייער טאכטער און איר חתן [אין] אידישקייט - זאל פארווירקליכט ווערען בפועל ממש.
טאון מען דארף זיך ניט באנוגענען מיט דער מאס וואס עלטערען דיינקען, אז דאס איז גענוגענד פאר זיי, ווארום מען דארף ניט פארגעסען אז דער צושטאנד אין אידישקייט וואס מען איז אין די מיטעלע יארען, איז על פי רוב איז דאס וואס עס איז איבערגעבליבען נאכן אפדינגען פון דער מאס וואס זייערע עלטערען האבען זיי געגעבען, וואס צוליב געוויסע סיבות פאלט שוין א טייל פון דעם און א חשוב'ער טייל, און אויב דאס וואס עלטערען די יעצטיקע גיבען זייערע קינדער, איז דאס ניט מיט גענוג לעבעדיגקייט און ווארימקייט, וועט דאך בא די קינדער זייערע אויך פעלען א געוויסער טייל, טא וואס וועט שוין דערנאך פארבלייבען?!
יאון בפרט אריינטראכטענדיק אז דער יונגער דור האט גרעסערע נסיונות און גרעסערע שוועריגקייטען אין אידישקייט איידער דער פריערדיקער דור און דורות, במילא דארפמען האבען מערערע כלי זיין - וואפען - וואס דאס איז מער צוגעבונדקייט צו תורה ומצות, און מערער ווי מיט א דור אדער צוויי און מערערע דורות פריער.
יאעס איז ניט ווי מ'רעט זיך איין, אז אמאל האט [מען] באדארפט לערנען שולחן ערוך מיט די קינדער, אז זיי זאלן טאן און פירן זיך ווי אין שולחן ערוך שטייט, און אז היינט איז גענוגענד א סאנדעי סקול, א תלמוד תורה ביז בר מצוה, און דער מאקסימום איז א פארעווע ישיבה, וואס דאס פארשטייט מען און מען זעהט בעשיינפערליך אז עס איז גראדע פארקערט. ווארום אז מען [איז] ערצויגען געווארען און געוואקסען אמאל אין א אידישער פרומער אומגעבונג איז שוין דאס אליין האט געשטארקט אידישקייט אפילו אן א חדר און אן א ישיבה, אבער ווען מ'איז אויפגעהאדעוועט געווארען אין אמעריקא (און בפרט נאך אין די קלענערע שטעט), האט דאס די אומגעבונג געוויס ניט געגעבען און מען דארף גאר זוכען עצות אז די שול און אפילו די ישיבה זאל ניט אפקילען אידישקייט.
יבאון ווען עלטערן לייגען אזויפיל כחות צו באווארענען זייערע קינדער אז זיי זאלן האבען און פארדינען אויף א ברייט פאר זייער גוף, איז נאך מער נויטיגער און וויכטיקער צו באווארענען די קינדער זיי זאלן האבען דעם נשמה ברייט, וואס נאר דענסטמאל קען אויך דער גוף - קערפער - זיין ווי עס באדארף צו זיין.
יגהשם יתברך זאל העלפען אייך און אייער מאן שי' אז דאס אלעס אויבען געזאגטע זאלט איר פארווירקליכען בפועל ממש, און דער ערשטער באדינג אין דעם איז, אז מען דארף זיך אליין מערער צובינדען זיך צו אידישקייט צו אמת'ע אידישקייט, וואס דורך דעם קען מען האפען אז אייערע רייד מיט איערע קינדער וועגען אידישקייט וועט אנגענומען ווערן בא זיי, זעהענדיק אז די עלטערן זייערע טוען דאס אליין און טאקע מיטן גאנצען הארצען.
ידמיט א וואונש צו אידישן נחת פון אייער טאכטער מיט איר חתן און אויך פון זיך אליין מיט אייער מאן שי'.
טובשם כ"ק אדמו"ר שליט"א,
טזהמזכיר:
יזנ.ב.
יחאיך האף אז עס [איז] איבעריג צו אויפמערקזאם מאכען אויף דעם, דאך שרייב איך אויך וועגען דעם, אז לכל הפחות א צוויי חדשים פאר דער חתונה פון אייער טאכטער תחי' דארפט איר באקענען אייער טאכטער, מיט די דינים וועלכע זיינען פארבונדען מיט טהרה פאמיליען לעבען, און אויך באקענען איר מיט יונגע פרויען וועלכע פירען זיך אין דעם אידישען וועג, חאטש זיי זיינען געבארען אין אמעריקא און קומען אויך פון רייכע הייזער.