Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 8· Letter 2265אגרות קודש· כרך ח· ב'רסה
אב'רסה
בב"ה, י"ז מ"ח, תשי"ד
גברוקלין.
דשלום וברכה!
הבמענה על מכתבו - בלי הוראת זמן הכתיבה - וכן על מכתב זוגתו תחי'. וויל איך ווידערהאלען מיין מיינונג וואס איך האב שוין געשריבען, אז מיין מיינונג וועגען אוועקפארען פון פאריז און בפרט ווען מען איז פארבונדען מיט דער ישיבה, איז שוין באוואוסט. און דאס וואס איר ווילט ארויסבאקומען פון מיר א הסכמה צו פארען אין [א] אנדער ארט מאטערען זיך, ווען דאס איז אפילו אמעריקא אדער קאנאדע, איז דאס ניט מיין ענין.
ועס וואלט געווען כדאי אז איר זאלט זיך צונויפשרייבען מיט די וועלכע זיינען געקומען מיט מאנאטען צוריק אהער און בעטען זיי אז זיי זאלן שרייבען דעם אמת וואס עס טוט זיך מיט זיי דא, צו וואס האבען זיי זיך געיאגט און וואס האבען זיי אויפגעטאן אין די חדשים וואס זיי געפינען זיך דא, אויסער דעם וואס זיי קענען שרייבען אז זיי געפינען זיך אין אמעריקא, וואס לויט מיין מיינונג איז דאס ניט נאר ווייט פון יוקר מצד התורה נאר אויך מצד פשוט'ן שכל אנושי.
זדאס וואס איר שרייבט אז די באציהונג פון דער ישיבה צו אייער ארבעט איז ניט ווי געהעריג, און במילא האט איר ניט גענוג ארבעט, און אויך אז עס איז שווער צו פארגרעסערן די ישיבה, איז די עצה אויף דעם, ניט דער אוועק לויפן פון פאריז און מאטערן זיך אין א אנדער ארט.
חאון עס איז שוין צייט אז יעדער וועלכער האט א שייכות צו נשיאנו רבוה"ק זאל אויסניצען זיינע כחות און טאן דאס וואס איז ארויפגעלייגט געווארען אויף עם מיט אמת'קייט, וואס דאן וועט דאס זיכער זיין מיט הצלחה, און וועט בריינגען א בעסערונג אין געזונט ניט נאר ברוחניות נאר טאקע אויך בגשמיות.
טאון השי"ת זאל העלפען אז איר מיט אייער פרוי תחי' זאלן באשליסן ווי עס איז באמת גוט פאר אייך בגשמיות וברוחניות גם יחד.
יבברכת הצלחה בעבודתם בקדש.