Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 8· Letter 2404אגרות קודש· כרך ח· ב'תד
אב'תד
בב"ה, י"א שבט, תשי"ד
גברוקלין.
דמתפללי בית הכנסת נוסח האר"י אנשי
הליובאוויטש
ובדארטשעסטער ובראשם היו"ר מוה"ר
זשרגא אשר פיין,
חוהגבאים
טד' עליהם יחיו
ישלום וברכה!
יאאיך בין געווען צופרידען צו באקומען א גרוס פון אייך דורך הרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר יהודא ליב שי' הלוי הורוויטץ מיט דעם בייגעלייגטען טשעק אויף 200$ פון דעם פאריגען יום כפור אפיל.
יבאון אזוי ווי יעדער לעבעדיקע זאך וואקסט און בפרט א ענין של קדושה, בין איך געווען צופרידען אז דער האיאריגער אפיל איינקופט איז געווען גרעסער ווי פאריגען יאר, חאטש [עס] איז נאך ווייט פון צו זיין גענוגענד לגבי די הצטרכות און די הוצאות פון די ענינים אויף וועלכע דאס געלט ווערט פארנוצט, איך האף אבער אז דאס וועט זיין א גוטע התחלה אויף ווייטער צו מוסיף זיין נאך מער און מער.
יגאון עס [איז] דאך באוואוסט דער ווארט פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע וועמענס הילולא מיר האבען געפראוועט נעכטען, אז ווען א איד באשליסט בא זיך צו געבען צדקה א גרעסערען סכום, חאטש אין דעם מאמענט זעהט ער ניט די מעגליכקייט אויף דעם און פון וואנען ער [וועט] נעמען די געלט, איז למעלה ווערן באלד פאר עם געעפענט נייע צנורות אז ער זאל האבען א תוספת ברכה אין זיין פרנסה און ער זאל קענען ערפילען זיין גוטע הבטחה בפועל ממש,
ידאון אויף די דברי הרב קען מען נאך צוגעבען, אז וויבאלד אז צדקה איז דאך א חלק מעשר אדער א חומש, פסק'נט מען אפ למעלה א הוספה לכל הפחות פינף מאל אזויפיל וויפיל ער האט באשלאסען צו געבען אויף צדקה, און די איבעריקע פיר חלקים בלייבען בא עם אויף זיינע ענינים הפרטים.
טובברכה אז די מצות הצדקה זאל יעדערען פון אייך בריינגען די ברכות פון השם יתברך וועלכע זיינען דורכאויס א צדקה און דאס זאל זיך אויסדריקען אין דעם וואס יעדער איינער פון אייך באדארף.
טזב'תד
באוואוסט דער ווארט: ראה גם לעיל ח"ז אגרת א'תתקצד, ובהנסמן בהערות שם.
באוואוסט דער ווארט: ראה גם לעיל ח"ז אגרת א'תתקצד, ובהנסמן בהערות שם.