Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 8·Letter 2433אגרות קודש·כרך ח·ב'תלג

אב'תלג
בב"ה, כ"ד שבט, תשי"ד
גברוקלין.
דשלום וברכה!
האין ענטפער אויף אייער בריף פון כ"א שבט אין וועלכען איר שרייבט וועגען דעם ענין פון געבען א נאמען אייער אייניקעל, וואס דאס איז געטאן געווארען דורך דער שוויגער פון אייער טאכטער שיחיו.
ולויט ווי עס שטייט אין ספרים, איז געבען א נאמען צו א געבארענעם קינד דארף דאס געטאן ווערען דורך דעם פאטער און מוטער.
זזעלבסט פארשטענדלעך אז זיי קענען איבערגעבען וועמען צו טאן דאס אין זייער נאמען, און אויב אין דעם פאל איז דאס ניט געטאן געווארען אזוי, דארפמען זעהען אז אייער טאכטער מיט אייער איידים זאלען זיך צונויפריידין און קומען צו א געמיינזאמען הסכם וואס פאר א נאמען צו געבען דאס קינד.
חאון אזוי ווי מען האט שוין געמאכט א מי שברך און דאס קינד האט שוין א נאמען, דארפמען דעם נאמען ניט אויפגעבען חס ושלום, אבער דאך קען מען צוגעבען נאך א נאמען, און השי"ת זאל אייך העלפען מיט אידישן נחת פון אלע אייערע מתוך הרחבת הדעת.
טבברכה.
יבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א,