Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 8· Letter 2456אגרות קודש· כרך ח· ב'תנו
אב'תנו
בב"ה, ה' אד"ר, תשי"ד
גברוקלין.
דארגון נשי ובנות חב"ד סניף בארא פארק
הה' עליהן יחיו
וברכה ושלום!
זחאטש מיט א פארשפעטיגונג באשטעטיג איך די ערהאלטונג פון דעם בריף געשריבען דורך מרת חוה תחי' דובאוו פון כ"ה טבת מיט די בייגעלייגטע רשימות פון די אסיפות ביז דאן, און איך האף אז אויך אויף ווייטער וועט איר ניט נאר פארטזעצען די ביז איצטיגע ארבעט נאר וועט אויך פארגרעסערען, און מיר האבען די הבטחה פון רז"ל, אשר אין לך דבר העומד בפני הרצון ויגעת ומצאת.
חספעציעל בין איך געווען צופרידען צו זעהען אין אייערע רשימות אז א טייל פון די לימודים זיינען בדינים ומנהגי ישראל, וואס אויך מנהג ישראל תורה היא, און האפענטליך גיט איר פארצוג (פריארייטי) צו די דינים וועלכע זיינען נוגע און טרעפען זיך מער אין דעם טעגליכען לעבען און זעלבסט פארשטענדלעך אויך אין די ענינים וועלכע זיינען פארבונדען מיט מדות טובות, און ווי עס איז באוואוסט דער מאמר פון רבי עקיבא, ואהבת לרעך כמוך זהו כלל גדול בתורה.
טבייגעלייגט איז דא מיינער א מכתב כללי וואס איך האף אז ער וועט אייך בריינגען נוצען אין דער ארבעט און השי"ת זאל מצליח זיין יעדע איינער פון אייך אין די אויבענדערמאנטע עסקנות און אין אירע ענינים הפרטים.
יבברכה המחכה לבשורות טובות.
יאב'תנו
נדפסה בלקו"ש חי"ז ע' 498, והושלמה ע"פ העתק המזכירות.
נדפסה בלקו"ש חי"ז ע' 498, והושלמה ע"פ העתק המזכירות.
יב דינים.. טרעפן זיך: ראה גם לעיל ח"ז אגרת ב'לא, ובהנסמן בהערות שם, לעיל ב'רסט.
יגב'תל. לקמן ב'תנח. ב'תעא. ב'תקמו. ב'תקפז.