Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 8·Letter 2485אגרות קודש·כרך ח·ב'תפה

אב'תפה
בב"ה, כ"ה אד"ר, תשי"ד
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ כו' מוה"ר משה שי'
השלום וברכה!
ואין ענטפער אויף אייער בריף פון י"ד אד"ר, אין וועלכען איר פרעגט מיין מיינונג, וועגען א שידוך וואס מען רעדט אייער טאכטער מיט א בחור וועלכען מען רופט משה יוסף און אייער נאמען איז דוד משה.
זאיז אויב מען רופט אייך ביידען פערשידען, ד.ה. אז איינעם פון אייך רופט מען - אייך רופט מען - משה און דעם אנדערען יוסף, אדער מען קען איינארדנען אז מען זאל עם רופען מיט ביידע נעמען משה יוסף אדער אייך מיט ביידע נעמען [דוד משה], איז דענסטמאל די פראגע פון די נעמען אין ארדענונג.
חלויט אייער בקשה ווען איך וועל זיין אויף דעם ציון הק' פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע וועל איך מזכיר זייך אייך צו הצלחה אין אייער געשעפט און צו פרנסה בכלל, און השי"ת זאל העלפען אייך מיט איי[ער] פרוי תחי' פיל אידישען נחת פון אייערע קינדער שיחיו.
טבברכה.
יב'תפה
נאמען: ראה גם לעיל ח"ד אגרת תתקא, ובהנסמן בהערות שם.