Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 8· Letter 2544אגרות קודש· כרך ח· ב'תקמד
אב'תקמד
בב"ה, כ"א אדר ב', תשי"ד
גברוקלין.
דברכה ושלום!
האיך בין געווען צופרידען צו באקומען א גרוס פון אייך פורים צייט דורך אייער מאן הרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר... שי'. און השי"ת זאל העלפען איר זאלט קענען שטענדיג אנזאגען גוטע בשורות וועגען אייך ביידען סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.
ואון זיכער - ווי איך האב שוין געזאגט אייער מאן הרה"ח שי' -זוכט איר וועגען ווי צו איינווירקען אויך אויף אייער סביבה אריינבריינגען אין איר די ווארימקייט און לעבעדיקייט פון תורה ומצות בכלל און פון הנהגת החסידות בפרט, ואס דאס מאכט גיכער און גרעסער די אלע השפעות וואס השי"ת גיט מידו המלאה והרחבה אין דעם וואס מען נויטיגט זיך בגשמיות וברוחניות.
זאון אזוי ווי אין פרנסה גשמית זיצט מען ניט אין הויז און מען ווארט ביז עס וועט קומען ווער און אנשלאגען זיך געבען פרנסה, אזוי אויך אין דאס אויבען געזאגטע פרנסה רוחנית דארפמען ניט ווארטען ביז דער וועלכער נויטיגט זיך אין דעם זאל קומען פאדערען מען זאל עם מאכען ווארימער און לעבעדיקער אין אידישקייט און אין תורה ומצות, נאר מען דארף ארויסגיין זוכען עם. און ווען מען וויל אויף אן אמת, איז מען מצליח סיי אין געפינען און סיי אין דער ווירקונג, וואס דאס גיט צו מער חשק צו טאן אין דעם אויך ווייטער מיט הצלחה.
חבברכה,
טבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א.