Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 8· Letter 2557אגרות קודש· כרך ח· ב'תקנז
אב'תקנז
בב"ה, כ"ז אדר ב', תשי"ד
גברוקלין.
דבית הכנסת נוסח אר"י אשר בדעטראיט, ד'
העליהם יחיו
ושלום וברכה!
זאיך בין געווען צופרידען צו באקומען א גרוס פון אייך דורך דעם מזכיר מוה"ר אליעזר ב"ר משה שי', און השי"ת זאל העלפען אז איר זאלט קענען אנזאגען גוטע בשורות וועגען דער פארגרעסערונג פון דער צאל מתפללים אין בית הכנסת און די פארגרעסערונג פון דער צאל איינטיילנעמער אין די שיעורים וואס ווערען געלערענט ברבים, וואס דאס זיינען די עמודים אויף וועלכע עס האלט זיך א שול.
חאון עס דארף אזוי איינגעשטעלט ווערען אז יעדער פון די מתפללים און לערנער זאלען מיטנעמען וואס אויך אהיים צו אנווארימען די הייזער מיט אידישקייט ווארימקייט און ליכטיקייט פון נר מצוה ותורה אור ומאור שבתורה.
טאון אזוי ווי יעדער לעבעדיקע זאך וואקסט, אזוי דארף אויך דאס אויבען דערמאנטע וואקסען פון צייט צו צייט, און בפרט אין די שולען וועלכע טראגען אויף זיך דעם הייליקען נאמען פון אר"י ז"ל זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל האבען א באזונדער חוב און באזונדער זכות צו בארעכטיגען, דורך איינווירקען אויף די מתפללים און אויף דער גאנצער סביבה, דעם נאמען וועלכע די שול טראגט. ואין לך דבר העומד בפני הרצון.
יבברכה לחג פסח כשר ושמח לכל המתפללים והלומדים הם וכל בני ביתם שיחיו.