Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 9·Letter 2639אגרות קודש·כרך ט·ב'תרלט

אב'תרלט
בב"ה, ז' אייר, תשי"ד
גברוקלין.
דהרה"ח הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר
הדוד שי'
ושלום וברכה!
זאיך האב באקומען אייער בריף פון ח"י לעומר בקשת ברכה פאר הרב... שי', און ווען איך וועל זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע וועל איך עם מזכיר זיין לרפואה קרובה.
חאבער איר דארפט עם ערקלערען, און זיכער וועט איר געפינען די פאסענדע ווערטער צו דעם, אז די נשיאים רבותנו הק' האבען מערערע מאל געזאגט אז דער פארבונד מיט זיי איז דורך זייער תורה, וכמאמר אסתכל באורייתא וברא עלמא, וואס די כוונה איז אויף דעם עולם בכללות, איז אין דעם נכלל אויך דעם עולם קטן וואס איז דער אדם, במילא וואלט ער באדארפט גלייך באשליסען, און דערנאך אויך טאן צו האבען א קביעות אין לערנען די תורת הנשיאים וועלכע איז א חלק פון תורתנו הק' וועלכע איז געגעבען למשה מסיני, און זאל אנהויבען פון לערנען תניא, וואס זיכער וועט איר קענען מייעץ זיין עם אין דעם,
טויהי רצון אז לאריכות ימים ושנים טובות זאל הרב הנ"ל לערנען תורת הנגלה ותורת החסידות...
יבברכה המחכה לבשו"ט.
יאב'תרלט
מוה"ר דוד: טננהויז.