Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 9· Letter 2697אגרות קודש· כרך ט· ב'תרצז
אב'תרצז
בב"ה, א' סיון, תשי"ד
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מוה"ר יעקב
האליעזר שי'
ושלום וברכה!
ז... איך בין געווען צופרידען צו באקומען די דיעה פריער פון די איינטיילנעמער און יעצט אויך פון אייער שרייבען אז איר לערנט א שיעור פאר א גרופע פרויען, און האפענטליך וועט איר זיך משתדל זיין צו פארגרעסערען די צאל צוהערער פון דעם שיעור און אויך אז א טייל פון די לימודים זאל זיין אין די ענינים וועלכע זיינען פארבונדען מיט דינים ומנהגי ישראל אין דעם טאג טעגליכען לעבען, און עס איז דאך באוואוסט דער מאמר רז"ל לא המדרש עיקר אלא המעשה עיקר.
חאון צוגעפאסט צו דעם צושטאנד פון די צוהערער וואלט אפשר געווען ראטזאם געבען זיי די מעגליכקייט צו שטעלען פראגעס בכדי אויף אזא אופן צו פאראינטערעסירען זיי מער און צוציהען זיי מער צו דער גאנצער זאך והבא לטהר מסייעין בידו...
טבברכה לקבלת התורה בשמחה ובפנימיות ובברכת מז"ט.
יב'תרצז
מוה"ר יעקב אליעזר: פרידריך, אנטווערפן.
מוה"ר יעקב אליעזר: פרידריך, אנטווערפן.