Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 9·Letter 2765אגרות קודש·כרך ט·ב'תשסה

אב'תשסה
בב"ה, כ"ט סיון, תשי"ד
גברוקלין.
דברכה ושלום!
האיך האב באקומען דיין בריף פון ט"ו סיון, אין וועלכען דו שרייבסט פון דיין געבורסט טאג.
והשם יתברך זאל דיר העלפען, אז עס זאל זיין א הצלחה יאר בא דיר סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, און האפענטליך וועסט דו זעהען צו איינווירקען אויף דיינע חברות און פריינדינעס צו מאכען זיי נעהענטער צו אידישקייט און מקיים זיין מצות בפועל, וואס דער זכות פון דעם איז זייער גרויס און דער וואס טוט אין דעם זאל געהאלפען ווערען אין דעם וואס ער באדארף, זיכער קענסט דו גלייכצייטיג באקענען דיינע חבירות מיט דער מסירת נפש-דיקער אויפפירונג פון חסידישע הייזער, און וואס יעדער איד פארמאגט דעם כח פון מסירת נפש. און ווען מען רעט איינמאל און מערערע מאל ווירקט דאס און מען טוט אויף.
זבברכה ופ"ש לחבירותך אז זיי זאלן מצליח זיין בכל הנ"ל און אויך אז יעדערע פון אייך זאל משפיע זיין אין איר סביבה צו תורה און אידישקייט.