Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 9·Letter 2850אגרות קודש·כרך ט·ב'תתנ

אב'תתנ
בב"ה, ו' מנ"א, תשי"ד
גברוקלין.
דברכה ושלום!
האין ענטפער אויף אייער בריף פון /29;7amp&, איך וועל מזכיר זיין די אלע וועגען וועלכע איר שרייבט אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע.
ובנוגע צום זאגען תהלים אלע טאג, דארפט איר זעהען אז אייער מאן זאל טאן אזוי צו זאגען לכל הפחות א קאפיטל תהלים א טאג, וואס דאס בריינגט ברכה אין הויז.
זדאס וואס איר שרייבט אז עס זיינען פראן אזעלכע וועלכע שלאגען פאר אז אייער זון זאל שפילען אויף רייסעס, איז זעלבסט פארשטענדליך אז מען דארף דאס ניט טאן וויילע דאס איז נאר א וועג אויף צו פארלירען געלט חס ושלום און השי"ת זאל עם געבען זיין פרנסה אויף א רוהיגען און כשר'ן וועג.
חמיט א וואונש צו א געזונטען זומער און איר זאלט קענען אנזאגען גוטע בשורות וועגען די אלע זאכען וואס איר האט געשריבען אין אייער בריף.
טב'תתנ
שפילען אויף רייסעס: לשחק בהימורים על מירוץ סוסים.