Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 9·Letter 2944אגרות קודש·כרך ט·ב'תתקמד

אב'תתקמד
בב"ה, כ"ג אלול, תשי"ד
גברוקלין.
דשלום וברכה!
הבאקומענדיג בריף פון אייער זון מר... שי' האט ער מיר אויך געשריבען וועגען צופאל וואס עס האט געהאט אייער עלטערער זון מר... שי', און איך וועל אים מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע אז ער זאל האבען א רפואה קרובה,
ואון איך האף אז ווען איר וועט האבען גוטע בשורות אין דעם וועט איר מיר אנזאגען. און איר קענט מיר שרייבען אויף וועלכער שפראך אייך איז באקוועמער וויילע זייענדיג עטליכע יאר אין פאריז, לייען איך אויך פראנצויז.
זאיך וויל אייך דערמיט אויפמערקזאם מאכען אז מען דארף געדיינקען השם יתברך ניט נאר ווען עס פאסירט חס ושלום א ניט גוטע פאסירונג, נאר אין א פיל גרעסערע מאס ווען השם יתברך פארהיט אז עס זאל ניט פאסירען, [אדער] ווען די פאסירונג גייט אדורך בשלום,
חאון בפרט יעצט גייענדיק צו א נייעם יאר וואס יעדערער בעט און האפט אז השם יתברך זאל עם געבען נייע כחות און נייע קוועלען פאר פרנסה, דארפמען זיך ניט שרעקען און אויך אנהויבן פירען א נייעם סדר פון לעבען לויט די אנווייזונגען פון תורתנו הק' וואס דורך דעם בריינגט מען פאר זיך און פאר דער גאנצער פאמיליע א בעסערונג אין פרנסה און געזונט און אמת'ן גליק און נחת פון קינדער,
טאון השם יתברך זאל אייך העלפען צו קענען אנזאגען גוטע בשורות אין דעם וואס פריער.
ימיט א וואונש פאר א גוט יאר.
יאבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א.
יבב'תתקמד
נדפסה בלקו"ש חי"ט ע' 526, והוגהה ע"פ העתק המזכירות.