Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 15·Letter 5419אגרות קודש·כרך טו·ה'תיט

אה'תיט
בב"ה, ב' אייר, תשי"ז
גברוקלין.
דשלום וברכה!
האין ענטפער אויף אייער בריף פון כ"ז ניסן מיט דאס בייגעלייגטע, אויף וועלכעס א רעסיט איז איינעגעשלאסען דא.
ובעת רצון וועט מען מזכיר זיין די אלע וועגען וועלכע איר שרייבט אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, יעדערן צו דעם וואס ער נויטיגט זיך.
זוואס איר שרייבט, אז אין דעם ענין פון באוועגען צו אפהיטען טהרת המשפחה, קען מען ניט קריגען ווער עס זאל דאס וועלען אננעמען, איז חס ושלום צו זאגען דאס אויף אידען, און ווי עס זעהט אויס האט איר ניט באגריפען ריכטיג וואס איך האב אייך געשריבען, מיינענדיק אז דאז איז א טובה נאר פאר יענעם צו וועמען איר רעט, אבער אין אייער פאל און אין דער באציהונג פון אייערע קינדער צו אייך, איז דאס איינע פון די סגולות, אז דורכן איינווירקען טהרת המשפחה אויף אנדערע, וועט קומען א בעסערונג אין דער באציהונג פון אייערע קינדער צו אייך. און דעריבער דארפמען טאן אין דעם, ווי מען טוט א זאך וואס רירט אן זיך אליין. און איך האף אז עס פאדערט זיך ניט מערער ערקלערונג אין דעם.
חבברכה צו גוטע בשורות ומנוחת הנפש.