Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 15· Letter 5428אגרות קודש· כרך טו· ה'תכח
אה'תכח
בב"ה, ו' אייר, תשי"ז
גברוקלין.
דשלום וברכה!
הבמענה על מכתבו מר"ח אייר עם המצורף בו.
ולויט אייער בקשה וועט מען מזכיר זיין אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע מרת... שתליט"א לרפואה קרובה ולזחו"ק.
זאון זיכער וועט איר געפינען די פאסענדע ווערטער צו ערקלערען איר און אויך איר מאן שי' די דורכאויס נויטיקייט, מצד דער זאך אליין, צו אפהיטען די חוקי ודיני טהרת המשפחה לויט די אנווייזונגען פון תורתנו הק' אלע מצות התורה, און ספעציעל אין דער לאגע וועלכע זי געפינט זיך, איז פראן אין דעם אויך א סגולה נוספת, צו דעם וואס זי באדארף אין דעם מאמענט.
חגעוויס איז איבעריג צו געבען אייך אותיות ווי צו ערקלערען דאס זיי, נאך דעם ווי עס איז וועגען דעם פיל ערקלערט געווארען אין פילע ערטער.
טאיך וויל אבער צוגעבען נאר א נקודה, חאטש עס איז א מפורש'ר פסוק, האדם יראה לעינים, און דעריבער אויב עס איז א ספק בא זיך אליין וועגען די ווירקונג פון די רייד, איז דאס פון די זאכען וואס נאר הקב"ה אליין ווייס גענוי, וויילע ער איז דאך דער וואס, הרואה ללבב, און געוויס ווייסט איר דעם מאמר רז"ל אז אפילו ווען אני ישנה בגלותא, גלות חיצוני אדער אפילו גלות פנימי, איז אויך דענסטמאל, לבי ער להקב"ה לתורתו ולמצותיו, מען דארף געפינען די פאסענדע ווערטער און זאגען זיי הארציג ודברים היוצאין מן הלב כו'. און וויבאלד דאס איז געזאגט געווארען אויף אלע אידען, איז דאך דאס, רוב וחזקה וכו'.
יבברכה לבשו"ט.