Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 15·Letter 5482אגרות קודש·כרך טו·ה'תפב

אה'תפב
בב"ה, כ"ה אייר, תשי"ז
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ וכו' מו"ה ישראל משה שי'
השלום וברכה!
ואין ענטפער אויף אייער בריף, אין וועלכען איר פרעגט, אויב מען דארף א היתר עיסקא ווען מען וועט אייך געבען א הלואה פון די מוסדות באה"ק ת"ו.
זדאס היינגט אפ אויף וואס א אופן עס וועט זיין די הלואה, ובכלל איז דאס שטענדיק גלייכער צו מאכען א היתר עיסקא, בכדי ארויסגיין פון ספק, און בפרט אז ניט שטענדיג ווייס מען די פרטים פון דער הלואה.
חוועגען איבערהיפען אין דאוונען אפילו פון פארענט.
טאיז באוואוסט די הוראה, אז ניט קוקענדיג אויף אלע היתרים וואס אין דעם, איז אבער בפועל טוט מען דאס ניט, מען קען דאך קומען פריער אין שול בכדי צו מיטהאלטען מיט דעם מנין.
יווי עס זעהט אויס, טראכט איר וועגען פארען לארצנו הקדושה תבנה ותכונן במהרה בימינו על ידי משיח צדקנו, דארפמען אייך זיכער ניט אנדייטען אויף דעם וואס שטייט אין תשב"ץ קטן, אז מען מוז נעמען אויף זיך א זהירות מיוחדה אין ענינים פון תורה ומצות, ווארום עס איז ניט גלייך ווען מען געפינט זיך בפלטרין של מלך אדער פון דרויסען, וואס חאטש דער חיוב פון קיום תורה ומצות איז דאך בכל מקום ובכל זמן, איז דאך ניט גלייך אין פלטרין של מלך וכו' און בפרט אז די נסיעה לאה"ק ת"ו ווערט געטאן בבחירה חפשית פון א אידען וואס זעהט צו באקומען די נויטיגע פאפירען און רשיונות פון בני אדם, עאכו"כ אז מען דארף זיך צוגרייטען צו קומען אין אזא ארט ווי אה"ק ת"ו וואס עיני ה' אלקיך בה מראשית השנה ועד אחרית שנה, מיט דער נויטיקער זהירות בעניני תורה ומצות. ויהי רצון איר זאלט אנזאגען גוטע בשורות אין דאס אלץ אויבען געזאגטע.
יאבברכה,
יבבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
יגמזכיר
ידה'תפב
מו"ה ישראל משה: געליס, ברוקלין.