Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 15· Letter 5523אגרות קודש· כרך טו· ה'תקכג
אה'תקכג
בב"ה, ח"י סיון, תשי"ז
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ משאו ומתנו
הבאמונה בעל
ומרץ וכו' מו"ה יעקב שי' הכהן
זשלום וברכה!
חאיך שרייב אייך אין צוזאמענהאנג מיט דער ליובאוויטשער שוהל און גלייכצייטיק שרייב איך אויך צו הוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ וכו' מהרי"א שי' לעוויטאנסקי.
טדער מצב פון דער ליובאוויטשער שוהל אין שיקאגא און די אומשטענדן אין וועלכע זי געפינט זיך האבן מיר געבראכט צו דער פעסטע מיינונג, אז ניט נאר קען די שוהל אויסגעהאלטן ווערן און האבן א קיום, נאר אז מען קען אויך און מען מוז אויך פארשטארקן און אויפהויבן די שוהל און אויסברייטערן אלע אירע טעטיקייטן און גוטע פעולות.
ידערצו איז אבער נויטיג, אז די וואס זיינען פארבונדן מיט דער שוהל און וועמען דער ענין פון א ליובאוויטשער שוהל איז נאענט און טייער, זאלן טאן אין דעם. און העכסט זעלבסטפארשטענדלעך, אז די עסקנים מוזן זיך צוזאמענריידן בדרכי נועם ושלום ובלב אחד וועגן דער ארבעט און צו זוכן די וועגן און מיטלען ווי אוועקצושטעלן די ליובאוויטשער שוהל אויף דעם ריכטיגסטן באדן און פארזיכערן איר ווייטערע טעטיקייט און אנטוויקלונג.
יאאיר ביידע, צוזאמען מיט הרה"ח הוו"ח אי"א נו"מ בעל מדות וכו' וכו' התמים הרב שלמה זלמן שליט"א העכט, וואס האבן זוכה געווען צו הערן פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע פיעלע מאל וועגן ליובאוויטשער ענינים אין שיקאגא בכלל און בפרט, מוזט זיין פון די ערשטע אין דעם, און אויך איינווירקען אויף אלע אנדערע מעמבערס פון דער שול, אז די אויבענדערמאנטע טעטיקייט זאל געטאן ווערן אין דער פולסטער מאס און אין דער פולסטער קאאפעראציע אין אלע פרטים.
יבאון זיכער איז אז ווען מען וועט זיין הארמאניש געאייניקט מיט א פעסטע החלטה לטובת דער זאך, וועט דער אויבערשטער שיקן ברכתו להצלחה מופלגה.
יגאין דערווארטונג פון בשורות טובות, ובברכה ופרישת שלום לאנ"ש שיחיו.
ידה'תקכג
מו"ה יעקב שי': כץ, שיקגו. אגרות נוספות אליו - לעיל חי"ג ד'תפה, ובהנסמן בהערות שם. לקמן ה'תרפג.
מו"ה יעקב שי': כץ, שיקגו. אגרות נוספות אליו - לעיל חי"ג ד'תפה, ובהנסמן בהערות שם. לקמן ה'תרפג.
טוטופס דומה נשלח למוהרי"א לעוויטנסקי ולמוהרש"ז העכט.