Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 15·Letter 5532אגרות קודש·כרך טו·ה'תקלב

אה'תקלב
בב"ה, י"ט סיון, תשי"ז
גברוקלין.
דברכה ושלום!
האין ענטפער אויף אייער בריף פון /;6amp&.
ואיר דארפט אינגאנצען פארגעסען וואס מען זאגט אייך וועגען כישוף זאכען און ענליכעס, ווארום אויף יעדען איינעם איז השם יתברך משגיח בהשגחה פרטית, מען דארף זיך נאר אויפפירען ווי עס איז דער ווילען פון השם יתברך ווי ער האט אונז אנגעוויזען אין זיין תורה, און דענסטמאל זעהט מען דאס גוטע פון השם יתברך אין דעם וואס מען נויטיגט זיך.
זגעוויס היט איר אפ דעם גוטען מנהג פון כשר'ה אידישע טעכטער צו געבען אויף צדקה יעדער מאל פאר ליכט צינדען ערב שבת און ערב יום טוב. און מ'האט אויך געדארפט בודק זיין (אפטשעקין) די מזוזות בא אייך אין וואהנונג, אז זיי זאלען זיין אלע כשר'ה ווי דער דין איז. און השם יתברך זאל העלפען איר זאלט קענען אין גיכען אנזאגען גוטע בשורות וועגען די אלע זעכען וואס איר דערמאנט אין אייער בריף.
חבברכה,
טבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
ימזכיר