Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 15·Letter 5538אגרות קודש·כרך טו·ה'תקלח

אה'תקלח
בב"ה, כ"ה סיון, תשי"ז
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה מרדכי שי'
השלום וברכה!
ובשמחה האב איך געלייענט אייער בריף פון י"ט סיון אז דער דינער פון ישיבת אהלי יוסף יצחק ליובאוויטש במעלבורן איז אדורך מיט הצלחה סיי
זבגשמיות - פינאנציעל - און סיי ברוחניות - מאראליש - און האף אז מאראליש וועט דאס העלפען ניט נאר אויך צו באקומען מערערע פריינד ווי איר דריקט זיך אויס, נאר אויך אין צו-ציהען תלמידים-ות פון וואס מער גרעסערע און ברייטערע קרייזען וואס סוף סוף איז דאך דאס דער תכלית און דער הצלחה צייכען פון יעדער מוסד חינוך, אז די מתחנכים ווערען וואס אמאל אלץ גרעסער סיי אין כמות - קוואנטיטעט - און סיי אין איכות - קוואליטעט -...
חאיך האף אז אויך אין פרנסה איז בא אייך בסדר, ויהי רצון אז תמיד כל הימים זאלט איר קענען אנזאגען נאר גוטעס בענינים הכללים ובעניניו הפרטים.
טבברכה.
יה'תקלח
מו"ה מרדכי: ריטש, מלבורן. אגרות נוספות אליו - לעיל ה'תכא, ובהנסמן בהערות שם.