Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 15·Letter 5549אגרות קודש·כרך טו·ה'תקמט

אה'תקמט
בב"ה, כ"ז סיון, תשי"ז
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ
המו"ה חיים שאול זאב שי'
ושלום וברכה!
זמיין ענטפער אויף אייער בריף האט איר זיכער פון שוין לאנג באקומען, און מיין איצטיקער שרייבען איז אין צוזאמענהאנג מיט דעם פארען פון הרה"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ מו"ה יוסף הלוי שי' וויינבערג אין אייער מדינה בשעה טובה, וואס חאטש איך בין זיכער אז איר וועט טאן אלץ וואס עס ווענדעט זיך אן אייך אז ער זאל מצליח זיין אין זיין שליחות, איז אבער נעמענדיק אין באטראכט דעם מאמר רז"ל אין מזרזין אלא למזורזין, וויל איך אויך שרייבען מיין בקשה אין דעם, און לויטן אויסדרוק פון רבנו הזקן, לא נצרכה אלא להעדפה, צו אויסווירקען דורך דעם צו נאך מער הוספה.
חפארשטענדליך אז אין דעם איז אויך אריינגערעכענט די השפעה אייערע אויף פריינד און גוטע פריינד אז אויך זיי זאלען טאן וואס עס ווענדעט זיך אן זיי צו דער הצלחה פון דער שליחות.
טאון השם יתברך נותן התורה ומצוה המצות, וואס די תלמידי תומכי תמימים ווערען ערצויגען בדרך אהבתו ויראתו ית' אויך דורך דעם לימוד החסידות, וועלכע גיט די אנווייזונגען ווי צו-צוקומען צו דעם.
יהאט דאך השי"ת מבטיח געווען דעם שכר פון יעדער איינעם וואס טוט אין דעם צו פארשטארקען און אויסשפרייטען דעם חינוך, בהמצטרך לו אין געזונט פרנסה און אמת'ן נחת וואס דאס איז אידישער נחת פון קינדער און קינדס קינדער, שליט"א.
יאבברכה לבשורות טובות בכל האמור ומתוך שמחה וטוב לבב.
יבה'תקמט
מו"ה חיים שאול זאב: בחור, יוהניסבורג.
יגאויסדרוק פון רבנו הזקן: אגה"ק ז (קיב, א).