Chabad Library · The Rebbe

Igros Kodesh·Vol. 15·Letter 5696אגרות קודש·כרך טו·ה'תרצו

אה'תרצו
בב"ה, אדר"ח אלול, תשי"ז
גברוקלין.
דהוו"ח אי"א נו"נ עוסק בצ"צ הרא"ש שי'
השלום וברכה!
ובאשטעטיג די ערהאלטונג פון אייער בריף אין וועלכען [איר] שרייבט ראשי פרקים וועגען דער בית הכנסת חב"ד און די שוועריקייטען בנוגע דעם מנין וכו' און אז מען דארף רחמים רבים.
זוהנה ברור אז דער ענין פון רחמים רבים איז פראן און ווי מיר זאגען דאס אין דאוונען אלע טאג, ברחמיך הרבים רחם עלינו, מען דארף נאר פארשטארקען דעם צנור וכלים אויף צו אויפנעמען זיי אין ענינים של פועל דא למטה, און וואס איז נאך א בעסערע כלי ווי א שול וואו מען לערנט תורה, וואס פאראיינציגט תור און תפלה, נמצא אז דאס ווענדעט זיך נאר אין די עסקנים פון בית הכנסת ומדרש אז זיי פון זייער זייט זאלען טאן אביסעל און דענסטמאל וועט די זאך זיין בסדר.
חועל דרך ווי עס ווערט דערציילט אין אנהויב פון מדרש שיר השירים וקהלת, בנוגע דעם ארויפבריינגען א גרויסען שטיין צום בית המקדש, וועלכעס איז ניט געווען בערך אז איין מענש זאל עם בריינגען, און דאך האט זיך געפאדערט פון דעם מענשן ער זאל העלפען מיט איין פינגער און דאס איבעריגע איז שוין געטאן געווארען מלמעלה דורך מלאכיו עושי דברו, ועל דרך זה איז דאס בכל מקום ובכל זמן, אויב אפילו דאס ווערט געטאן דורך א אנדער לבוש, און ווי באוואוסט אז א מלאך מוז דאס ניט זיין דוקא אזאך וואס קומט מיט צוויי ווייסע פליגלען, נאר עס קען אויך זיין א מלאך - כמשמעו, א שליח, והרבה שלוחים למקום. און בפרט אין [א] ענין טוב וואס זכות הרבים תלוי בו.
טאון וויבאלד איר האט זוכה געווען צו זיין פון די ראשי עסקנים אין דעם ביהכ"נ והמדרש - איז דאך זיכער אז ניט נאר וועט איר אליין טאן אין דעם נאר וועט אויך זעהען אז אלע וואס קענען טאן אין דעם, זאלען טאן, והשם יתברך יצליחו.
יהמחכה לבשו"ט בכל האמור ובברכת כוח"ט.
יאה'תרצו
נדפסה בלקו"ש חי"ב ע' 261 והושלמה ע"פ העתק המזכירות.
יבהרא"ש: הר"א שקלובסקי, פתח תקוה. אגרות נוספות אליו - לעיל ה'תכה, ובהנסמן בהערות שם.