Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 15· Letter 5730אגרות קודש· כרך טו· ה'תשל
אה'תשל
בב"ה, י"ג אלול, תשי"ז
גברוקלין.
דברכה ושלום!
האין ענטפער אויף אייער בריף פון יום ג' מיט דער גוטער בשורה אז איר פילט בעסער, חאטש דאס איז ניט קיין רפואה שלימה, און השם יתברך זאל העלפען אז אנהויבענדיק מיט גוטע בשורות זאלט איר פארזעצען אז אייער געזונט איז בעסער און בעסער.
ווואס איר שרייבט וועגען רוישען וכו' דארפט איר פרעגען בא א דאקטאר אויב עס איז פאסיג פאר אייך Nicotinic Acid אדער א צוזאמען געמישט מיט דעם.
זאבער דער עיקר דאפט איר זיין שטארק אין בטחון בהשם יתברך רופא כל בשר ומפליא לעשות, און וואס שטארקער עס וועט זיין דער בטחון, אלץ גיכער זעהט מען די ברכות פון השם יתברך אין דעם וואס מען נויטיגט זיך.
חבברכת כתיבה וחתימה טובה,
טבשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
ימזכיר