Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 15· Letter 5747אגרות קודש· כרך טו· ה'תשמז
אה'תשמז
בב"ה, טו"ב אלול, ה'תשי"ז
גברוקלין.
דלכבוד עסקני הציבור, חובבי תורה ונדיבי עם
הה'
וה' עליהם יחיו
זשלום רב וברכה!
חהייאר, דעם אכצנטן טאג (ח"י) אלול, ווערט זעכציק יאר זינט עס איז געגרינדעט געווארן די ישיבה "תומכי תמימים"-ליובאוויטש, דורך כ"ק אדמו"ר הרש"ב, דער פאטער פון כ"ק מו"ח אדמו"ר - זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע -
טדי ישיבה איז געגרינדעט געווארן אין דעם ליכטיקען טאג פון ח"י אלול, דעם געבורטסטאג פון די צוויי מאורות הגדולים, דער בעל שם טוב און דער אלטער רבי דער בעל התניא והשלחן ערוך. דורכדעם איז אויך אנגעצייכנט געווארען די אייגנארטיקייט פון די ישיבות תומכי תמימים: צו פארשפרייטען תורה תמימה, נגלה און פנימיות, דורכגעדרונגען מיט יראת השם און אהבת השם, מסירות-נפש און אהבת-ישראל, מיט אן אינערלעכען אחריות געפיל פארן כלל און פארן פרט.
יגולה אחר גולה, איין גלות נאכן צוויטען, האבען די ישיבות תומכי תמימים דורכגעמאכט, אין מערערע ערטער אין רוסלאנד אליין, ארץ ישראל ת"ו, פולין, לעטלאנד, ביז די השגחה עליונה האט איבערגעפלאנצט די צענטראלע ישיבה אין אמעריקא מיט זיבעצען יאר צוריק.
יאאבער - שם ביתו. אומעטום האט מען אויפגעשטעלט די תומכי-תמימים'דיקע ד' אמות של תורה און ד' אמות של תפלה. איבעראל האט די ישיבה אפגעהיט איר אייגנארטיקייט און דערפילט איר צוועק און אויפגאבע מיט מסירות-נפש.
יבדי טיפע ווארצלען וואס זי האט פארפלאנצט האבען געבראכט פירות און פירי-פירות און אויפגעהאלטען אידישקייט וואו זיי האבען זיך נאר געפונען, אין סאוויעטן רוסלאנד ווי אין אנדערע טיילען פון דער וועלט. און די תלמידים פון די ליובאוויטשער ישיבות, די "תמימים" זיינען היינט צו טאג פון די גרעסטע שעפערישע כוחות אויפן געביט פון החזקת התורה וקיום המצות בכלל, און אין חינוך הכשר בפרט: אין אמעריקא, ארץ ישראל, קאנאדא, אירופא, מאראקא, אויסטראליע א.א.וו.
יגליידער און צום גרעסטן באדויערן איז די ווייטערע אנטוויקלוג און אויסשפרייטונג פון די ליובאוויטשער ישיבות און זייער לעבנס-וויכטיקע ארבעט שטארק באשווערט פון א לאסט חובות און דעפיציטען. און דארום ווענדעט זיך הנהלת "תומכי תמימים" מיט א הילף'ס רוף צו אחינו בני ישראל נאך זייער דרינגענדע שטיצע, און זיכער וועט זיך דער ברייטער אמעריקאנער אידישער עולם הארציק אפרופן אויף דעם הילפס רוף, בפרט אין די איצטיקע טעג פון רחמים, און העלפען ניט נאר אפווישען די אלטע דעפיציטען, נאר אויך שאפען א פינאנציעלען באזיס פאר איר וואקסענדער ארבעט אין דער צוקונפט.
ידאון גרויס איז דער זכות פון נעמען אן אנטייל און ווערן א שותף אין דער אויפהאלטונג און פארברייטערונג פון "תומכי תמימים" אויף צו באקומען די ברכות פון אויבערשטן אין אלעם וואס מען נויטיגט זיך, בגשמיות וברוחניות.
טובברכת כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה,
טזמ. שניאורסאהן
יזה'תשמז
נדפסה בלקו"ש חכ"ד ע' 484.
נדפסה בלקו"ש חכ"ד ע' 484.