Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 16· Letter 5785אגרות קודש· כרך טז· ה'תשפה
אה'תשפה
בב"ה, ז' תשרי, תשי"ח
גברוקלין.
דשלום וברכה!
הבאשטעטיגן די ערהאלטונג פון דעם צוגשיקטען צייטונגס אויסשניט, מיט די עטליכע ווערטער צוגעשריבען פון אייך.
ואון דער ענטפער אויף דעם, איז אויך אין אייער נוסח: וואס טוט מען אין אייערע קרייזען, אז עס זאל זיין א יוגענט געאבארענע דא, וועלכע זאלען (ניט נאר פארשטיין נאר זאלען אויך) וועלען דאוונען? און ניט נאר וועלען יוצא זיין מיטן וועלען, נאר טאקע דאוונען דריי מאל א טאג? און צי דיינקט איר אז מיט אפדרוקען עטליכע שורות, וואס איר שרייבט, אין א זשורנאל, טוט דאס פיל אויפטאן אין דער ריכטונג?
זויהי רצון, אז אנשטאט צו פרעגען קשיות און קומען מיט טענות צו אנדערע, זאל מען אליין זיין א לעבעדיגער מוסטער, מקיים זיין מצות אין דעם טאג טעגליכען לעבען, ואל יבוש מפני המלעיגים און ניט שעמען זיך צו טאן אלף וואס עס ווענדעט זיך נאר אין עם, אז יעדערער וועלכער האט נאר א השפעה, זאל זיין נאהענט צום אידישן לעבנסשטייגער וואס די כוונה איז פשוט: לייגען תפילין, עסען כשר, שמירת שבת וכו'.
חזעלבסט פארשטענדליך, אז ניט קענענדיג אייך, ווייס מען ניט אויף וויפיל דאס געזאגטע איז צוגעפאסט צו אייך, אבער ליידער אין דער מדינה, רוב שרייבער און פרעגע קושיות אויף אנדערע, דינט דאס בא זיי אלס בארעכטיגונג ניט נאכטאן אמת'ע אידישקייט, וועלכעס מיינט פשוט א טאג טעגליכען לעבענס פירונג לויט שולחן ערוך כפשוטו. ואולי מהמיעוט הטוב הנהו.
טבכבוד וברכת חתימה וגמח"ט.
יהמזכיר
יאעכ"פ שאלה אחת בתפלתו עצמה:
יבעיפים להורגים על קדה"ש וחבלי משיח.
יגלמה בחר בניסוח זה (אינו מתאים לקצב התפלה - מספר תנועות יותר מדי בהשוות ליתר החרוזים. אינו מתאים בסגנון - הורגים על קדה"ש הוא כהריגת דוד את גלית, וכאן הכוונה הפכית - נהרגים על קדה"ש. אינו מתאים (כי מיותר הוא) בתוכן - תפלה לקץ התלאות ובוא הגאולה). ודוקא כשמעצמו מתבקש להכתב תמורת הנ"ל:
ידנפשי (ה)עיפה להורגים בחבלי משיח.
טותתפלל...
טזומרויחים עוד זאת - המשך "טבעי": נפשי תשיח... תתפלל ולא כנדפס: נפשי אל על תשיח... (ואח"כ פונה היא אל ה)עייפים כו' נתפלל...
יזונוסף עוד ע"ז שנפשי עיפה להורגים הוא ל' הכתוב - שבשאר החרוזים משתדל הוא בזה.
יחה'תשפה
האגרת עצמה נכתבה ע"ש המזכירות, ומוגהת בגוכתי"ק. בשוה"ג באה הוספה בכתי"ק.
האגרת עצמה נכתבה ע"ש המזכירות, ומוגהת בגוכתי"ק. בשוה"ג באה הוספה בכתי"ק.
יטצייטונגס אויסשניט... צוגעשריבען: שיר שהדפיס בעתון, והעיר עליו בכתב: "וויפיל פון איערע תלמידים, געבארען דא, וועלען די תפלה פערשטעהן?"
כבתפלתו: מהשייך להבא לקמן:
כאמשומרים לבוקר נפשי אל על תשיח: [תשי"ח לפ"ק]
כב...
כגעיפים להורגים על "קידוש השם" ו"חבלי משיח"
כדנתפלל: הקץ הקץ על "נחשי-בריח"?