Chabad Library · The Rebbe
Igros Kodesh· Vol. 16· Letter 5876אגרות קודש· כרך טז· ה'תתעו
אה'תתעו
בב"ה, כ"ו חשון, תשי"ח
גברוקלין.
דהנהלת בית הכנסת נוסח אר"י אנשי
הליובאוויטש,
ובדארטשעסטער, ובראשם מר מנשה שי'
זווינאקור, פרעזד.
חוחבריו,
טה' עליהם יחיו
ישלום וברכה!
יאאין ענטפער אויף אייער בריף, אין וועלכען איר שרייבט וועגען דעם מנהג אז א ש"ץ דאוונעט מנחה און מעריב אין א טלית.
יבא) ווי באוואוסט זיינען די מנהגי ליובאוויטש, וועלכע פירן זיך פון דורי דורות, איז אפילו ראש השנה צו מעריב אדער צו מנחה, ועל אחת כמה וכמה שבת און יום טוב צו מנחה און מעריב, זאל דער דאוונען פון דעם ש"ץ, זיין אן א טלית, ווי עס ווערט ערקלערט די טעמים אין דעם בספרים הק', און אנדערע דריקען זיך אויס אפילו אין שטריינגע ווערטער אין דעם. - עס איז אויך באוואוסט אז עס זיינען פראן בתי כנסיות, וועלכע פירען זיך אנדערש, און אזוי ווי ס'זיינען פראן פערשידענע ענדערונגען אין מנהגים צווישן חסידים און עולמות'שע און צווישען חסידים בכלל און חסידי חב"ד נוסח אר"י און דעם נוסח התפלה אין אנדערע מנהגי תפלה וכו'.
יגב) לויט דעם נאמען פון אייער שול "נוסח אר"י אנשי ליובאוויטש" ווייזט דאך דאס, אז מ'האט זיך דא געפירט שטענדיג לויט מנהגי ליובאוויטש ואר"י - קומט דא צו נאך א ענין פון דער הוראת חז"ל אל תשנו מנהג אבותיכם.
ידג) זעלבסט פארשטענדליך, אז מחלוקת ח"ו טאר ניט זיין בכלל צווישן אידען, ועאכו"כ ניט אין א מקום קדוש, אפילו ווען עס האנדעלט זיך וועגען אויפהאלטען א מנהג ווי דעם אויבען געזאגטען, חאטש מ'פירט זיך שוין אזוי פון מערערע דורות, אבער איך האף אז ווען מ'וועט ערקלערן די מתפללים דעם יסוד פון דעם ניט דאוונען פון דעם ש"ץ מיט א טלית צו מנחה און מעריב, אז אזוי איז דאס איבערגעגעבען געווארען פון די רביים מדור לדור, גלויב איך אז קיינער וועט ניט וועלען גיין געגען דער מסורה.
טוד) דאס אויבען געזאגטע באציהט זיך נאר אויף מנחה און מעריב אבער ניט צו סליחות, וואס צו סליחות איז מען זיך נוהג אומעדום, אז דער ש"ץ זאגט סליחות באם עמוד אנגעטאן אין א טלית.
טזאון השם יתברך זאל העלפען, לויט דער הוראת המשנה, לא מצא הקב"ה כלי מחזיק ברכה לישראל אלא השלום, זאל אויך אין אייער בית הכנסת זיין דער שלום אין א אלץ שטייגענדער מאס, ווי מיר זאגען אין דאוונען, תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם, און זיכער וועט יעדערער טאן וואס עס היינגט אפ אין עם, אין דער ריכטונג והשם יתברך זאל מקבל זיין תפלות פון אלעמען, און ממלא זיין די בקשות וואס מ'בעט בא השם יתברך סיי בגשמיות און סיי ברוחניות.
יזבברכה לבשורות טובות און אין דעם אויך אז אייער בית הכנסת שטייגט סיי בהנוגע צו תפלה, סיי בנוגע צו שיעורי לימוד תורה און מעשה הצדקה.
יחובברכת כ"ט.